Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

די ליטעראַרישע ירושה פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעטThe Cultural Legacy of the Jewish Anti-Fascist Committee

אין די יאָרן 1943 – 1947 האָט אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד אױפֿגעלעבט די ייִדישע קולטור, ביז זי איז איבערגעריסן געװאָרן דורך די סטאַליניסטישע רעפּרעסיעס

מיט זיבעציק יאָר צוריק איז אינעם ניו־יאָרקער „איקוף‟־פֿאַרלאַג אַרױס דאָס זאַמלבוך „אױף נײַע װעגן: דרײַסיק יאָר סאָװעטיש־ייִדיש שאַפֿן‟.

דאָס בוך באַשטייט פֿון העכער װי פֿיר הונדערט זײַטן און איז כּולל איבער הונדערט װערק אין פֿאַרשידענע זשאַנערס פֿון 67 סאָװעטיש־ייִדישע מחברים. אין דער הקדמה האָט דער פֿאַרלאַג מודיע געװען אַז „דער גאַנצער מאַטעריאַל […] איז צונױפֿגעשטעלט, סיסטעמאַטיזירט און צוגעגרײט געװאָרן צום דרוק דורך אַ ספּעציעלער קאָמיסיע פֿון ייִדישע שרײַבער בײַם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט אין מאָסקװע‟. צום סוף פֿון דער הקדמה האָט דער פֿאַרלאַג באַמערקט: „דער מאַטעריאַל פֿאַר דעם זאַמלבוך איז צונױפֿגעקליבן געװאָרן און צוגעגרײט געװאָרן צום דרוק צוריק מיט אַן אַנדערהאַלבן יאָר, זומער 1947. דער אַלמאַנאַך ‘אױף נײַע װעגן’ האָט געזאָלט דערשײַנען מיט אַ יאָר צוריק, אָבער מחמת פֿאַרשײדענע מניעות דערשײַנט דער זאַמלבוך ערשט איצט, אַ יאָר נאָך דעם װי ער האָט באַדאַרפֿט דערשײַנען.‟

דער פֿאַרלאַג האָט ניט דערקלערט, װאָס פֿאַר אַ מניעות האָבן געשטערט דער פּובליקאַציע פֿונעם אַלמאַנאַך, אָבער מן־הסתּם איז מען שױן געװען געװּױר, אַז דער ייִדישער אַנטיפֿאַשיסטישער קאָמיטעט, װי אױך אַנדערע ייִדישע קולטורעלע און עפֿנטלעכע אַנשטאַלטן, איז סוף 1948 ליקװידירט געװאָרן. אַ צאָל פֿון די מחבירם, װאָסערע װערק זײַנען אַרײַן אינעם זאַמלבוך, זײַנען שױן אַרעסטירט געװאָרן, אַנדערע האָט מען אַרעסטירט מיט אַ פּאָר חדשים שפּעטער. אין 1952 האָט דאָס געהײמע סאָװעטישע געריכט פֿאַרמישפּט די באַרימטע ייִדישע שרײַבער פּרץ מאַרקיש, דוד בערגעלסאָן, לײב קװיטקאָ, דוד האָפֿשטײן און איציק פֿעפֿער צום טױט.

אין אונטערשיד צו אַנדערע געריכט־פּראָצעסן איבער פֿאַרשידענע „שׂונאים פֿונעם פֿאָלק‟, װאָס סטאַלין האָט אַראַנזשינט אין די 1930ער יאָרן, איז דער מישפּט איבערן ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט פֿאַרבליבן אַ סוד, װאָס די סאָװעטישע מאַכט האָט אָפֿיציעל אַנטפּלעקט ערשט סוף־1980ער יאָרן. זינט דעם האָבן די היסטאָריקער דורכגעמאַכט אַ פּרטימדיקע פֿאָרשונג פֿונעם דאָזיקן געריכט, אָבער מען האָט עד־היום ניט אָפּגעשאַצט װי עס געהערט צו זײַן די קולטורעלע טעטיקײט פֿונעם דאָזיקן אַנשטאַלט. אָפֿיציעל איז דער ייִדישער אַנטיפֿאַשיסטישער קאָמיטעט געשאַפֿן געװאָרן אין 1942 װי אַ פּראָפּאַגאַנדע־אָפּטײל פֿונעם סאָװעטישן אינפֿאָרמאַציע־ביוראָ כּדי צו דערמוטיקן ייִדן אין אַנדערע לענדער צו שטיצן דעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד אין דער מלחמה קעגן דײַטשלאַנד. דעמאָלט האָט מען אױך געשאַפֿן אַנטיפֿאַשיסטישע קאָמיטעטן פֿון פֿרױען און סלאַװישע פֿעלקער מיט ענלעכע צװעקן.

בהדרגה איז דער ייִדישער קאָמיטעט געװאַקסן און האָט איבערגענומען אַנדערע פֿונקציעס, אַזעלכע װי דאָס זאַמלען און פּובליקירן מאַטעריאַלן װעגן דעם חורבן אױף דער סאָװעטישער טעריטאָריע, דאָס אָרגאַניזירן הילף־טעטיקייטן פֿאַר ייִדן װעלכע קומען צוריק אױף די שטחים, װאָס זײַנען באַפֿרײַט געװאָרן פֿון די נאַציסטן, װי אױך די שטיצע פֿון דער ייִדישער קולטור, קודם־כּל ליטעראַטור און טעאַטער. דער ניו־יאָרקער צװײַג פֿונעם ייִדישן קולטור־פֿאַרבאַנד, „איקוף‟, האָט געדרוקט און פֿאַרשפּרײט די סאָװעטישע ייִדישע ליטעראַטור אין אױסלאַנד.

דער ייִדישער אַנטיפֿאַשיסטישער קאָמיטעט האָט אַרױסגעלאָזט די ייִדישע צײַטונג „אײניקײט‟, װאָס האָט געדרוקט רעפּאָרטאַזשן, דערצײלונגען און לידער װעגן דעם חורבן און דעם אױפֿבױ פֿונעם ייִדישן לעבן נאָך דער מלחמה. צװישן די מיטאַרבעטער זײַנען געװען ניט נאָר סאָװעטישע ייִדישע ליטעראַטן, אָבער אױך שרײַבער פֿון פּױלן, רומעניע, ליטע און לעטלאַנד, װאָס האָבן זיך געראַטעװעט פֿונעם חורבן אינעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, אַזעלכע װי אבֿרהם סוצקעװער, חיים גראַדע, רחל קאָרן און אַנדערע. „אײניקײט‟ פֿאַרבלײַט אַ װיכטיקער און עד־היום װײניק דערפֿאָרשטער מקור פֿאַר דער חורבן־געשיכטע.

אָבער נאָך װיכטיקער, און נאָך װײניקער דערפֿאָרשט, זײַנען די מאַטעריאַלן, װאָס זײַנען פֿאַרבליבן ניט פֿאַרעפֿנטלעכט, מער אין אוקראַיִנע. ער איז אַרומגעפֿאָרן איבער די אָקערשט באַפֿרײַטע שטעט און שטעטלעך און פֿאַרשריבן זײַנע אײַנדורקן. די רעדאַקציע האָט אים געבעטן, ער זאָל שיקן װאָס מער פּרטים און פֿאַקטן מכּוח ייִדישער העלדישקײט בעת דער מלחמה און װעגן דעם בײַטראָג פֿון ייִדן אין אױפֿבױען די סאָװעטישע װירטשאַפֿט נאָך דער מלחמה. הײַנט קלינגט קאַהאַנס טאָן מגוזמדיק אָפּטימיסטיש, װען ער שרײַבט למשל: „איך האָב באַזוכט פֿיל שטעט און שטעטלעך פֿון אוקראַיִנע. אומעטום האָב איך געזען, װי אַזױ מענטשן שטעלן אױף מיט גרױס באַגײַסטערונג די װירטשאַפֿט, די קולטור, זײער גאַנץ לעבן.‟

קאַהאַן, װי אַנדערע סאָװעטישע ייִדישע שרײַבער פֿון יענער צײַט, האָט געהאַט אַן אײגענעם סדר־היום. זײַן ציל איז געװען צו דערװײַזן, אַז דער חורבן איז ניט געװען דער סוף פֿונעם ייִדישן לעבן אין אוקראַינע. ייִדישע כּלל־טוער האָבן בדעה געהאַט אױסצופּועלן בײַ דער סאָװעטישער רעגירונג, זי זאָל צוריק אױפֿשטעלן ייִדישע אינסטיטוציעס, אַזעלכע װי פֿאַרלאַגן, טעאַטער, פּרעסע, אַקאַדעמישע אַנשטאַלטן און שולן, װאָס האָבן עקזיסטירט פֿאַר דער מלחמח. צוליב דעם האָבן זײ געדאַרפֿט שרײַבן אינעם באַגײַסטערטן סטיל און ניט באַטאָנען די ריזיקײט פֿונעם חורבן. ביז 1947 האָט זיך זײ געדוכט, אַז די דאָזיקע טאַקטיק איז עפֿעקטיװ. מען האָט געעפֿנט צװײ ליטעראַרישע אַלמאַנאַכן, „הײמלאַנד‟ אין מאָסקװע און „שטערן‟ אין קיִעװ. דער מלוכישער ייִדישער טעאַטער אין מאָסקװע און טשערנאָװיץ האָבן געשטעלט נײַע ספּעקטאַקלען, מען האָט אַפֿילו געשמועסט װעגן אױפֿשטעלן אַ ייִדישע טעריטאָריאַלע אױטאָנאָמיע אין קרים. אַלץ האָט זיך געענדערט מיטן אױסבראָך פֿון דער קאַלטער מלחמה צװישן אַמעריקע און דעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד.

דער ערשטער סיגנאַל איז געװען דער מאָרד פֿון שלמה מיכאָעלס, דעם אָנפֿירער פֿונעם מאָסקװער מלוכישן ייִדישן טעאַטער און דעם פֿאָרזיצער פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט. איצט האָט די אַקטיװיטעט פֿון ייִדישע ליטעראַטן און כּלל־טוער באַקומען גאָר אַן אַנדערן מײן אין די אױגן פֿון סטאַלינס געהײם־פּאָליצײ. ראשית, זײַנען זײ געװאָרן שולדיק אין ייִדישן נאַציאָנאַליזם, װײַל זײ האָבן ספּעציעל באַטאָנט די ראָלע פֿון ייִדן אין דער מלחמה און דער נאָך־מלחמהדיקער רעקאָנסטרוקציע. נאָך ערגער, האָט מען זײ באַשולדיקט אין שפּיאָנירן לטובֿת אַמעריקע, און דװקא צוליב דעם, װאָס די פּובליקאַציעס אין „אײניקײט‟ האָבן פֿאַרמאָגט אַ סך פֿאַקטישע פּרטים. אױף אַזאַ אופֿן האָבן זײ כּלומרשט איבערגעגעבן װיכטיקע סטראַטעגישע אינפֿאָרמאַציע צו זײערע אַמעריקאַנער „בעלי־בתּים‟.

דער טראַגישער סוף פֿונעם קורצן ייִדישן קולטורעלן אױפֿלעבן צװישן 1943 און 1947 האָט פֿאַרשטעלט די מוטיקע פּרוּװן פֿון די אָ ייִדישע פֿיגורן אױפֿצובױען דאָס ייִדישע לעבן אינעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד נאָכן חורבן.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.