דער באַטײַט פֿונעם טאַנצן אום שׂימחת־תּורהWhy We Dance On Simchas Torah
אַחוץ דעם באַקאַנטן מינהג פֿון אַרומרינגלען די ספֿרי־תּורה, האָבן געוויסע שטעטלעך געפּראַוועט דעם יום־טובֿ דורך מער טשיקאַווע ריטואַלן
אַמאָל, מיט טויזנטער יאָרן קריק, האָט מען סוכּות־צײַט אין ארץ־ישׂראל געטאַנצט לכּבֿוד דעם גערעטעניש, אָבער אין מיטל־עלטער, אין גלות, איז דער פֿריילעכסטער יום־טובֿ געווען שׂימחת־תּורה, דעמאָלט ווען מע לייענט די לעצטע סדרה פֿון חומש און מע הייבט אָן גלײַך לייענען פֿון ס’נײַ, פֿון בראשית. לויט דעם „ספֿר טעמי־מנהגים‟ טוט מען אַזוי, כּדי דער שׂטן זאָל נישט קענען ברענגען אַ טענה צו גאָט: „זע ווי די ייִדן האָבן אויפֿגעהערט צו האַלטן טײַער די תּורה.‟
שׂימחת־תּורה איז אַ יום־טובֿ מיט עטלעכע אוניקאַלע אַספּעקטן אין דער ייִדישער טראַדיציע. טאַנצן איז געוואָרן אַ צענטראַלער מנהג אין אַלע ייִדישע שטעט און שטעטלעך. עס קען זײַן, אַז חסידות האָט דאָס אײַנגעפֿירט, ווײַל לויטן בעל־שם־טובֿ זענען די טענץ אַזוי ווי תּפֿילות צו גאָט. ווען מע טאַנצט שוועבט די שכינה אַרום דעם עולם. ס’איז אויך דאָס איינציקע מאָל ווען מע לייענט די תּורה אין אָוונט, און, אין מיזרח־אייראָפּע, האָט מען געלאָזט די מיידלעך און ווײַבער אַרײַנקומען אין דער מענערישער שיל צו זײַן נעענטער צו דער תּורה און זי קושן. אינעם מאָלדאַווישן שטעטל פּאָדעלוי, שרײַבט י. קאַראָ, זענען די מיידלעך געשטאַנען אין צוויי רייען בײַ די זײַטן און געוווּנטשן יעדן איינעם: „דערלעבט איבער אַ יאָר מיט דער גאַנצער משפּחה‟. אין אַ סך זכרונות געדענקט מען ווי איין טענצער אין דער קהילה האָט מיט זײַנע טענץ געמאַכט אַ רושם אויף אַלעמען. אינעם שטעטל גאַרוואָלין איז איינער אַרויף אויף אַ טיש און געטאַנצט מיט אַ קרענצל ציבעלעס אַרום זיך. מענער, וואָס זענען געווען שעמעוודיק אַ גאַנץ יאָר און קוים אַרויסגעלאָזט אַ וואָרט, זענען שׂימחת־תּורה געוואָרן גוואַלדיקע זינגער און טענצער פֿאַר דעם איינעם טאָג.
מע האָט פֿאַרקויפֿט די עליות און דאָס געלט האָט געדאַרפֿט שטיצן די שיל אויף אַ גאַנץ יאָר. אָבער דערבײַ האָט מען זיך געקריגט און קאָנקורירט. „קיין פֿלייש אָן ביינער איז נישטאָ,‟ שרײַבט קאַראָ. חיים שויס („דאָס יום־טובֿ בוך”) גיט צו, אַז געוויינטלעך האָבן די זעלבע ייִדן אין שיל אַ חזקה געהאַט פֿון יאָר צו יאָר אויף „זייערע‟ עליות.
אַחוץ פּורים איז נישט געשען אַזוי פֿיל אין די גאַסן ווי אין שׂימת־תּורה. קאַראָ שרײַבט, אַז פֿאַרנאַכט איז דאָס יונגוואַרג געגאַנגען ברענגען דעם רבֿ אין שיל. די קינדער האָבן געטראָגן געצונדענע ליכט און ווען מע האָט אויסגעשריגן „צאן קדשים‟ (הייליקע שאָף) האָבן די קינדער געענטפֿערט „מע!‟ אַן ענלעכע מעשׂה שרײַבט איציק קיפּניס וועגן זײַן אוקראַיִנישן שטעטל סלאָוועשנע. אין מיטן פֿון אַ ליידיקן מאַרק, גייט מאיר־דוד דער באַראַן, מיט זײַן קאַפּאָטע איבערן קאָפּ, טאַנצנדיק אין גאַס און ער שרײַט אויס גייענדיק, טאַנצנדיק אין שיל „צאן קדשים!‟ און די ייִנגלעך, וואָס רינגלען אים אַרום ענטפֿערן „מע־ע־ע־ע־עע־!‟
די הקפֿות זענען פֿון אַ פֿאָלקלאָריסטישן קוקווינקל זייער אינטערעסאַנט. ווען נאָך רינגלט מען זיך אַרום בײַ ייִדן? מע גייט אַרום דעם חתן אָדער די חתן־כּלה אונטער דער חופּה. ווען מע „מעסט דאָס פֿעלד‟ אויפֿן בית־עולם גייט מען אַרום דעם קבֿר. אין יודל ראָזענבערגס גולם־לעגענדעס רינגלען דער מהר״ל און זײַנע חסידים אַרום דעם גולם זיבן מאָל כּדי אים צו באַשאַפֿן. ווען מע וויל ער זאָל צוריק ווערן ליים, גייט מען זיבן מאָל אויף צוריק אַרום דעם גולם. דאָס שלמות פֿון אַ קרײַז האָט אַ געוויסן כּישוף און לאָזט נישט אַרײַן קיין בייזע רוחות און שדים. דאָס גלויבן אינעם כּישוף פֿון אַ קרײַז איז נישט נאָר בײַ ייִדן, נאָר בײַ אַ סך פֿעלקער איבער דער וועלט.
נאָך פֿאַר שׂימחת־תּורה האָבן די קינדער צוגעגרייט פֿאָנען, און אויף דער פֿאָן אַרויפֿגעשטעקט אַן עפּל (אין שויס שטעטל — אויך אַ בוריקע) מיט אַ ליכטל פֿון אויבן. אין די ספֿרדישע קהילות, אַגבֿ, ווערט שׂימחת־תּורה אויך געפּראַוועט מיט פֿרייד, אָבער מע טאַנצט נישט און מע טרינקט נישט, ווי בײַ די אַשכּנזים.
מיט שׂימחת־תּורה האָט זיך נישט געענדיקט די פֿרייד פֿון די יום־טובֿים. שבת בראשית האָט מען אויך זיך געפֿרייט אין די גאַסן און אָפּגעטאָן שקאָצישע שטיק. אינעם יזכּור־בֿוך פֿון טעלעכאַן, ווײַסרוסלאַנד, דערציילט מען אַז די חסידים האָבן געשאַפֿן אַזאַ מנהג:
„די חסידים פֿלעגן זיך אַרויסלאָזן איבער די הײַזער, אַרויסגנבֿענען די קוגלען פֿון די אויוונס. באַלעבאָסטעס האָבן שוין געוווּסט און פֿלעגן אויף שבת בראשית מאַכן צוויי קוגלען. ווי אַזוי קריכט מען אַרײַן אַ הויז שבת? אַלטער דער סטאָליער האָט געוווּסט ווי אַזוי מען עפֿנט אַ טיר אָדער אַ פֿענצטער, אָדער גאָר דורכן בוידעם.‟
אַז מע האָט אַבסאָלוט נישט געקענט אַרײַן אין הויז איז דער סטאָליער געוואָרן אַ לייטער און איינער איז אַרויפֿגעקראָכן אויף זײַן פּלייצע און אַרײַן אין בוידעם.
עס זענען נאָך פֿאַראַן שׂימחת־תּורה לעגענדעס וועגן דעם בעש”ט, זײַן משפּחה און טענץ. די רביצין פֿונעם בעל־שם האָט געזען ווי די חסידים טאַנצן ווילד און טרינקען דעם ווײַן אָן אויפֿהער, האָט זי מורא געקראָגן, אַז דער ווײַן וועט נישט קלעקן אויף הבֿדלה. האָט זי זיך באַקלאָגט צום בעש”ט און ער האָט איר געזאָגט, „גוט, גיי דו און זאָג זיי, זיי זאָלן אויפֿהערן צו טריקנען און צו טאַנצן‟. ווען זי האָט געעפֿנט די טיר, האָט זי דערזען ווי אַ פֿלאַם איז אויפֿגעגעגאַנגען אַרום דעם טאַנצנדיקן קרײַז און זי איז אַליין אַראָפּגעגאַנגען אין קעלער נעמען נאָך ווײַן פֿאַר זיי.
איין מאָל שׂימחת־תּורה איז בײַ אַן אָרעמען חסיד, טאַנצנדיק, זיך צעפֿאַלן אַ שוך. ווען די טאָכטער פֿונעם בעל־שם, די צדיקת אָדעל, האָט דאָס דערזען, האָט זי געזאָגט צו אים, „אויב דו וועסט מיר מבֿטיח זײַן, אַז איך וועל האָבן אַ בן־זכר נאָך אין דעם יאָר, וועל איך דיר גלײַך ברענגען אַ פּאָר שיך‟. זי האָט געהאַט אַ קלייטל פֿון סחורה, אַרײַנגערעכנט שיך. האָט ער צוגעזאָגט און ס’איז מקוים געוואָרן.
שׂימחת־תּורה אָן טענץ בײַ די אַשכּנזישע ייִדן איז נישט מעגלעך. די פֿרייד פֿון דער תּורה פֿילט מען אין אַלע אבֿרים.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO