Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַ יום־טובֿ ווען די שׂמחה גופֿא איז אַ מיצווהA Holiday When the Commandment Is Simply To Express Joy

הגם דאָס זיצן אין סוכּה ברענגט דעם טעם פֿון אייניקייט מיטן באַשעפֿער קען מען שׂמחת־תּורה טאַקע „אָנטאַפּן‟ די רוחניות מיטן גאַנצן גוף.

דער יום־טובֿ סוכּות, קען מען זאָגן, איז אַ המשך פֿון די ימים־נוראָים. ראָש־השנה און יום־כּיפּור, דורך דער עבֿודת־התּשובֿה, קערן זיך אונדזערע נשמות אום צו זייער ג־טלעכן קוואַל.

אין דער פּרשה „אַחרי מות‟, וווּ עס ווערן באַשריבן די יום־כּיפּורדיקע קרבנות, ווערט דערקלערט, אַז דעם טאָג פֿאַרגיט דער באַשעפֿער אַלע עבֿירות: לפֿני השם תטהרו — איר וועט ריין ווערן פֿאַר ג־ט. על־פּי חסידות, האָט דער דאָזיקער אויסדרוק, וועלכער שטייט אויך עטלעכע מאָל אינעם מחזור, אַ טיפֿערן באַדײַט.

דער אייבערשטער איז, אין דער אמתן, העכער פֿון אַלע באַגריפֿן און קאָנצעפּציעס; ווי עס האָט געשריבן הרבֿ אַריה קאַפּלאַן, אַ באַקאַנטער פֿאָרשער פֿון ייִדישע מעדיטאַציעס, באַצייכנט אַפֿילו דער באַגריף „ג־ט‟ בלויז אַ געוויסע מדרגה פֿון מענטשלעכער השׂגה. אַלע נעמען, אַפֿילו סאַמע אַבסטראַקטע און דערהויבענע, באַשרײַבן בלויז פֿאַרשיידענע אופֿנים, ווי אַזוי דאָס מענטשלעכע באַוווּסטזײַן באַנעמט דעם אומבאַשרײַבלעכן עצם פֿון עקזיסטענץ.

ווען מע קאָנצענטרירט זיך דעם הייליקן טאָג אויף די ענינים פֿון תּשובֿה און תּפֿילה, זיך אָפּזאָגנדיק פֿון די געוויינטלעכע גשמיותדיקע תּענוגים, פֿאַראייניקן זיך אונדזערע נשמות מיטן ג־טלעכן עצם, העכער פֿון אַלע נעמען און באַגריפֿן; דערפֿאַר שטייט אינעם פּסוק, אַז מע וועט ריין ווערן דווקא „לפֿני השם‟, פֿאַרן אייבערשטנס נאָמען — דאָס הייסט, מחוץ אַלע ווערטער און קאָנצעפּציעס.

סוכּות ברענגען מיר דעם טעם פֿון דער דאָזיקער פֿאַראייניקונג אַראָפּ אין עולם־הזה. ווען מע זיצט אין דער סוכּה, ווערן אַלע אונדזערע אַקציעס — עסן, טרינקען, שלאָפֿן און אַפֿילו סתּם אָפּרוען — פֿאַררעכנט פֿאַר אַ טייל פֿון דער מיצווה; מע ווערט אינגאַנצן „אײַנגעטוקט‟ אין הייליקייט. במשך פֿון זיבן טעג, ווערט די דאָזיקע דערפֿאַרונג אײַנגעוואָרצלט אין דער נשמה. דאָס מקיים זײַן די דאָזיקע מיצווה אין דרויסן ברענגט אויך אַ טעם פֿון אייניקייט צווישן ג־טלעכקייט און נאַטור.

גלײַך נאָך סוכּות קומט אַן אַנדער יום־טובֿ — שמיני־עצרת און שׂמחת־תּורה. „שמיני‟ איז דער טײַטש „דער אַכטער (טאָג)‟ — אַ המשך פֿון די זיבן סוכּות־טעג, און ווערט אויך אָנגערופֿן זמן שׂמחתנו — די צײַט פֿון אונדזער שׂמחה. פֿונדעטסוועגן, ווערט עס באַטראַכט ווי אַ באַזונדערער יום־טובֿ.

שׂמחת־תּורה עסט מען נישט מער אין סוכּה, און מע שאָקלט נישט קיין לולבֿ און אתרוג. פֿאַרוואָס ווערט עס באַטראַכט, אין אַ געוויסן זין, ווי אַ המשך, ווי דער „אַכטער טאָג‟ פֿונעם יום־טובֿ־פּעריאָד, וועלכער הייבט זיך אָן מיט סוכּות?

הגם דאָס זיצן אין סוכּה ברענגט דעם טעם פֿון אייניקייט מיטן באַשעפֿער, בלײַבט ער נאָך אַלץ אָפּגעטיילט פֿון דער מאַטעריאַלער וועלט. דער סכך און די ווענט פֿון דער סוכּה רינגלען דעם מענטש אַרום פֿון אַלע זײַטן, אָבער ווערן נישט אַ טייל פֿון אים. אין די קבלה־ספֿרים, ווערט סוכּות אַסאָציִיִרט מיט בינה — אינטעלעקטועלע השׂגה. ווען מע באַטראַכט עפּעס אַן אינטערעסאַנטע זאַך, קאָן די מחשבֿה „אַרומכאַפּן‟ דעם מענטש; פֿונדעסטוועגן, גיט דער טעאָרעטישער געדאַנק נישט די זעלבע טיפֿע דערפֿאַרונג, ווי אַ דירעקטער קאָנטאַקט מיט דער זאַך.

די זיבן סוכּות־טעג העלפֿן צו באַטראַכטן און דערשפּירן, אַז הינטער דער מאַטעריעלער וועלט ליגט די אומבאַשרײַבלעכע ג־טלעכע אייניקייט, וועלכע מע דערגרייכט בעת דעם הייליקן יום־הדין. ווען מע זיצט אין סוכּה קאָן מען דערפֿילן אַ טעם פֿון רוחניות, וועלכער לאָזט זיך נישט אויסגעדריקט ווערן מיט קאָנקרעטע ווערטער.

שׂמחת־תּורה, נאָכן זיבן־טעגיקן „צוגרייט־פּעריאָד‟ פֿון סוכּות, קאָן מען „אָנטאַפּן‟ דעם דאָזיקן טעם מיטן גאַנצן גוף. דער עיקר־מיצווה פֿונעם דאָזיקן יום־טובֿ באַשטייט אין שׂמחה: „ושׂמחת בחגך והיית אך שׂמחה‟ — „דו זאָלסט זיך פֿרייען מיט דײַן יום־טובֿ, און זײַן נאָר פֿריילעך‟. הגם די סוכּה פֿאַרוואַנדלט אויך די געוויינטלעכע טאָג־טעגלעכע אַקציעס אין אַ מיצווה־זאַך, בלײַבט די עצם־מיצווה אָפּגעטיילט פֿונעם מענטש. שׂמחת־תּורה ווערט די שׂמחה גופֿא — דאָס טאַנצן, דאָס זינגען און אַפֿילו דאָס שיכּורן, ווי דער שטייגער איז אין אַ טייל חסידישע קהילות — פֿאַרוואַנדלט אין אַ מיצווה.

אין שײַכות מיט שׂמחת־תּורה, זאָגן די חסידים: „מיצווה פּורצת גדר‟ — די מיצווה רײַסט דורך די גרענעצן. די „ווילדע‟ שׂמחה, מחוץ דער געוויינטלעכער לאָגיק פֿון שׂכל, איז מסוגל צו אַנטפּלעקן די אומבאַשרײַבלעכע ג־טלעכקייט, העכער פֿון אַלע ווערטער און השׂגות, אינעם סאַמע תּוך פֿון דער וועלט, דורכברעכנדיק דעם חילוק צווישן גשמיות און רוחניות, און צוגרייטנדיק דעם וועג צו דער קומענדיקער גאולה, ווען אַלע גרענעצן וועלן בטל ווערן.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version