Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

פּאָגראָמען אין אוקראַיִנע מיט 100 יאָר צוריקAnti-Jewish Pogroms in Ukraine 100 Years Ago

די אכזריותדיקע אַטאַקן בעתן בירגערקריג פֿון 1918-1921 זײַנען װידער געװאָרן אַן אַקטועלע טעמע פֿון היסטאָרישער פֿאָרשונג

דאָס יאָר 1919 איז געװען מוראדיק פֿאַר די אוקראַיִנער ייִדן. סוף 1918 האָט זיך צוריקגעצױגן די דײַטשישע אַרמײ, װאָס האָט געהאַט אָקופּירט אוקראַיִנע און אונטערגעהאַלטן אַ ביסל אָרדענונג.

די מאַכט איז אַריבער צו דער „דירעקטאָריע‟ מיט סימאָן פּעטליוראַ בראָש. זײַן רעגירונג איז געװען שװאַך, און דערצו נאָך האָט די נײַ־געבױרענע אוקראַיִנער פֿאָלקס־רעפּובליק געמוזט פֿירן מלחמות אױף עטלעכע פֿראָנטן, קעגן די באָלשעװיקעס אױפֿן צפֿון און מיזרח, קעגן די אַנטי-באָלשעװיסטישע „װײַסע‟ אױפֿן דרום, און קעגן כּלערלײ באַנדעס אומעטום. אין דער אוקראַיִנישער אַרמײ האָט געקעמפֿט אַ געמישטער המון־רבֿ פֿון געװעזענע זעלנער פֿון פֿאַרשידענע אַרמײען, פֿרײַװיליקע פּאַטריאָטן, פּױערים און סתּם באַנדיטן. בטבֿע זײַנען פּעטליוראַ און אַנדערע פֿירער ניט געװען אַנטיסעמיטיש. אוקראַיִנע האָט אַפֿילו געהאַט אַ ספּעציעלע מיניסטעריום פֿאַר ייִדישע ענינים, אָבער די רעגירונג האָט ניט געקענט, און צומאָל ניט געװאָלט, אָפּשטעלן די בלוטיקע כװאַליע פֿון פּאָגראָמען אױף ייִדן.

די געשיכטע פֿון פּאָגראָמען אין אוקראַיִנע בעתן רוסישן בירגערקריג איז גאַנץ קאָמפּליצירט. אַ סך איז אָפּהענגיק פֿונעם קוקװינקל אין די מקורים װאָס מען קלײַבט, און פֿון די גבֿיות־עדותן װאָס מען גלייבט אָדער גלייבט ניט. דער נײַער נומער פֿונעם אַקאַדעמישן זשורנאַל „קװעסט: ענינים פֿון דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער געשיכטע‟ גיט זיך אָפּ מיט דער דאָזיקער קאָמפּליצירטע טעמע. די רעדאַקטאָרן פֿונעם זשורנאַל, פּראָפֿעסאָרן עליסאַ בן־פּורת און טאָמאַס טשאָפּאַרד, באַמערקן אַז די רציחות אין אוקראַיִנע זײַנען געװען דער המשך פֿון די פּאָגראָמען אינעם צאַרישן רוסלאַנד, אָבער זײ זײַנען געװען אַ סך בלוטיקער און ברײטער אין פֿאַרנעם. די מלוכישע מאַכט האָט דאָ געשפּילט אַ קנאַפּע ראָלע און די צװעקן און מאָטיװן פֿון די גרופּעס פּאָגראָמשטשיקעס זײַנען געװען פֿאַרשידענע. אײניקע האָבן פּשוט געװאָלט אַוועקלקחנען דאָס ייִדישע האָב־און־גוטס, אַנדערע האָבן באַשולדיקט די ייִדן אין שטיצן די באָלשעװיקעס, און די דריטע גרופּע האָט זײ געהאַלטן פֿאַר שׂונאים פֿון דער נײַער אוקראַיִנער אָדער פּױלישער מלוכישקײט.

בשעתּו האָבן די ידיעות װעגן די שרעקלעכע פּאָגראָמען, װאָס האָבן אומגעבראַכט צענדליקער טױזנטער מענטשן (די גענויע צאָל בײַט זיך פֿון איין מקור צום צווייטן) שאָקירט די גאַנצע װעלט. אָבער הײַנט, טענהן די רעדאַקטאָרן, זײַנען די דאָזיקע געשעענישן כּמעט װי פֿאַרגעסן געװאָרן. דער חורבן פֿון דער צװײטער װעלט־מלחמה האָט אַזױ װי אַװעקגערוקט די פֿריִערדיקע טראַגעדיע פֿונעם ייִדישן קאָלעקטיװן זכּרון. צוליב אײגענע פּאָליטישע צװעקן זײַנען די אָפֿיציעלע אוקראַיִנער, רוסישע און פּױלישע היסטאָריקער ניט צו גיריק אױסצוגראָבן די אַלטע געשיכטע.

די אַרטיקלען אינעם ספּעציעלן פּאָגראָם־נומער פֿון „קװעסט‟ באַהאַנדלען פֿאַרשידענע היסטאָרישע, פּאָליטישע און קולטורעלע אַספּעקטן פֿון די טראַגישע געשעענישן אין אוקראַיִנע צװישן 1917 און 1921. די פּאָגראָמען האָבן געמאַכט אַ שטאַרקן רושם אױף ייִדישע שרײַבער און קינסטלער אין אוקראַיִנע. פּראָפֿעסאָר האַריעט מוראַװ אַנאַליזירט איציק קיפּניסעס ראָמאַן „חדשים און טעג‟ (1926), אַ לירישע ליבע־געשיכטע פֿון אַ יונגן פּאָרפֿאָלק, װאָס אַנטפּלעקט זיך אַנטקעגן דעם הינטערגרונט פֿונעם פּאָגראָם אין דער שטאָט סלאָװעשנע. אינעם דאָזיקן פּאָגראָם זײַנען אומגעקומען דעם מחברס שװיגער מיט צװײ קינדער, און זײַן פֿרױ איז שפּעטער געשטאָרבן פֿון טיפֿוס. דער כּמו־נאַיִװער דערצײלערישער סטיל פֿונעם ראָמאַן מאַכט די שרעקלעכע דערפֿאַרונג דערװײַטערט און פֿרעמד פֿאַרן לײענער, װאָס שאַפֿט אַ שטאַרקן קינסטלערישן עפֿעקט.

אין אונטערשייד צו חיים־נחמן ביאַליקס פּאָעמע „אין שחיטה־שטאָט‟ און פּרץ מאַרקישעס „די קופּע‟, איז קיפּניס ניט אױסן צו באַװאַרפֿן דעם לײענער מיט שרעקלעכע אימאַזשן. דאָס שליסל־װאָרט אין זײַן געשיכטע איז „הפֿקר‟. ער נוצט דאָס װאָרט צו באַשרײַבן זײַנע געפֿילן אין דער ערשטער נאַכט פֿונעם פּאָגראָם. דער דאָזיקער באַגריף, האַלט מוראַװ, לאָזט אונדז בעסער באַגרײַפֿן די דערפֿאַרונג פֿון איבערלעבן געװאַלט. די דאָזיקע דערפֿאַרונג, פֿאַרסך־הכּלט זי, „רײַסט מענטשן אַרױס פֿון דעם נאָרמאַלן סדר פֿון זײער לעבן, פֿון דער צײַט, דעם רױם, און די שכנישע באַציִונגען.‟ אינעם „הפֿקר‟־צושטאַנד װערן מענטשן מגולגל אין חיות, אָן שום מאָראַלישן חוש.

בעת די ייִדישע ליטעראַטור און קונסט פֿאַרמאָגן שטאַרקע קינסטלערישע מוסטערן פֿון פּאָגראָם־בילדער, איז די דאָזיקע טעמע קנאַפּ אָפּגעשפּיגלט געװאָרן אין קינאָ. די אָפֿיציעלע סאָװעטישע אידעאָלאָגיע האָט פֿאַראורטײלט פּאָגראָמען, שרײַבט פּראָפֿעסאָר װאַלערי פּאָזנער, אָבער מען האָט ניט דערלאָזט זײ װײַזן אױפֿן עקראַן. דער ציל פֿונעם סאָװעטישן קינעמאַטאָגראַף איז געװען צו באַזינגען הערלעכע היסטאָרישע עפּיזאָדן. דער אײנציקער יוצא־דופֿן איז געװען דער פֿילם „פֿינף כּלות‟, װאָס איז געמאַכט געװאָרן אינעם אָדעסער סטודיאָ אין 1929 אָבער איז פֿאַרװערט געװאָרן דורך דער סאָװעטישער צענזור.

דער נאָמען פֿון פּעטליוראַ רופֿט עד־היום אַרױס הײסע חילוקי־דעות. אינעם ייִדישן קאָלעקטיװן זכּרון פֿיגורירט ער לעבן באָהדאַן כמעלניצקי װי אַ בלוטיקער שׂונא־ישׂראל. אין 1926 איז ער דערהרגעט געװאָרן אין פּאַריז דורך דעם ייִדישן אַנאַרכיסט שלום שװאַרצבאַרד אױס נקמה פֿאַר די פּאָגראָמען. שװאַרצבאַרדס מישפּט האָט צוגעצױגן אַ היפּשן עפֿטנלעכן אױפֿמערק, און לסוף איז ער דערקלערט געװאָרן פֿאַר אומשולדיק. די סאָװעטישע געשיכטע האַלט פּעטליוראַן פֿאַר אַן אוקראַיִנער נאַציאָנאַליסט און שׂונא פֿון דער סאָװעטישער מאַכט. אָבער אין דער הײַנטיקער אוקראַיִנע איז פּעטליוראַ אַ העלד, װאָס װערט באַערט מיט דענקמעלער. הײַנט פּרוּװן אײניקע אוקראַיִנישע היסטאָריקער רײנצוּװאַשן פּעטליוראַן פֿונעם אַחריות פֿאַר די פּאָגראָמען. ד”ר קריסטאָפֿער גילי באַהאַנדלט די דאָזיקע קאָמפּליצירטע פֿראַגע אױפֿן סמך פֿון אוקראַיִנישע מקורים. ער באַװײַזט, אַז כאָטש די „דירעקטאָריע‟ האָט טאַקע יאָ אַרױסגעטראָטן קעגן פּאָגראָמען, האָט זי זײ אָפֿט מאָל ניט געװאָלט אָפּשטעלן. פּעטליוראַ און אַנדערע אָנפֿירער זײַנען געװען חושד אַלע ייִדן אין סימפּאַטיעס צו באָלשעװיקעס.

דער ענין פֿון פּאָגראָמען אין אוקראַיִנע איז ניט בלױז אַ היסטאָרישע פּראָבלעם. הײַנט האָט דער דאָזיקער ענין אַ היפּשע פּאָליטישע חשיבֿות אין די וויכּוחים אַרום דעם נאַציאָנאַלן היסטאָרישן זכּרון אין מיזרח־אײראָפּע. עס איז װיכטיק, אַז מען זאָל קענען הערן אױך די ייִדישע שטים אין די דאָזיקע דעבאַטן.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version