Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

„אַ בריװ דער פּאָסט‟, (דריטער פּריז בײַם דערציילונג־קאָנקורס)“A Letter To the Post Office” (Third-Place Winner in Writing Contest)

אין זײַן פּראָטעסט קעגן דעם שליסן פֿונעם פּאָסטאַמט, פֿרעגט דער מחבר צי אַ בליצבריוו קען דען אויפֿכאַפּן רי געשמאַקע ריחות פֿון זײַן געליבטערס שטוב.

טײַערע פּאָסט און חשובֿע פּאָסט־אַרבעטערס, בנוגע דעם שליסן די פּאָסט־סיסטעם:

געדענקט איר מיך? מסתּמא יאָ. …צוריק גערעדט, אפֿשר ניט. איר זײַט אַזױ פֿאַרנומען מיט אַזױ פֿיל בריװ, אָן אַ שיעור פּעקלעך, מיט װער װײסט װאָס נאָך. ס׳איז שװער צו זײַן אַ בריוון־טרעגער!

איך געדענק: אײן מאָל בין איך אַרײַן אין פּאָסט, אַ קלײנטשיקער. כ׳האָב נאָר געװאָלט זיך דערװיסן אױב זײ האָבן אַ פּעקל פֿאַר מיר און, אױב יאָ, עס צו באַקומען. בין איך אַרײַן. איך האָב דעם פּאָסט־באַאַמטן אָנגעגעבן מײַן נאָמען און געבעטן ער זאָל איבערגעבן מײַן פּעקל. ער האָט, פֿאַרשטײט זיך, מײַן בקשה אָפּגעזאָגט: נײן. און איך, אַזאַ נאַר, האָב נישט פֿאַרשטאַנען פֿאַר װאָס. כ׳האָב אים געפֿרעגט און װידער געבעטן, „גיט נאָר אַ קוק אױף די פּאָליצעס — עס זײַנען דאָ נאָר דרײַ פּעקלעך — אײנס איז מסתּמא מײַנס.“ האָט דער געהאָרכיקער פּאָסט־באַאַמטער מיך מיט רעכט אָפּגעװאָרפֿן און װײַטער געפּסקנט: „נײן. אַ פּעקל מאָנט מען אָפּ נאָר מיט אַ פּאָװיעסטקע.“ אַ צדיק! אַ פּאָסט־אַרבעטער װאָס איז געטרײַ די פּאָסט־געבאָטן! עס איז אָבער נישט געװען אַזאַ קלײניקײט װי אַ פּאָװיעסטקע. נאָך עטלעכע מאָנאַטן און אַ טוץ װיזיטן אין דער פּאָסט מיט כּל־מיני דאָקומענטן און פּאַפּירן האָב איך סוף־כּל־סוף באַקומען מײַן פּעקל און, צום גליק, זיך אױסגעלערנט, אַ דאַנק דעם נאָבעלן פּאָסט־באַאַמטן, װי אַזױ מע דאַרף אָפּמאָנען אַ פּעקל װי אין פּסוק שטײט — נישט קײן גרינגע זאַך! געלערנט מוז מען זײַן! בקיצור, איר זײַט מסתּמא פֿאַרנומען מיט בריװ, פּעקלעך און מיט אַזעלעכע נאַראָנים װי איך.

עס זעט זיך פֿאָרױס אַז איר געדענקט מיך ניט. אָבער אפֿשר געדענקט איר אַ בריװ װאָס כ׳האָב אָפּגעשיקט אײן מאָל צו זיך אַלײן. יאָ, צו זיך אַלײן האָב איך אים אָפּגעשיקט אָבער נישט כּדי אײַך צו איבערצולאָדן מיט אַרבעט, נישט אָנצופֿילן אײַערע בריװזעק מיט נאַרישקײט. נײן, ס׳איז מיר געװען אַ גוטע סיבה, אַן ערנסטער ציל, אַפֿילו אַ שליחות, נאָר לאָזט זיך דינען… ס׳איז געװען עטלעכע װאָכן פֿאַר פּסח. כ׳האָב געװאָלט עפּעס שײנס שענקען דער משפּחה. נאָר מיט װאָסער געלט? אַן אָרעמער סטודענט בין איך געװען. װאָס טוט מען? װאָס טוען קינדער, אָן אַ גראָשן, פֿאַר טאַטע־מאַמע? אַ קאַרטל! איך װעל מאַכן אַ קאַרטל, זײער אַ קינסטלערישס, מיט גאָלדענע פֿאַרבן און פּסחדיקע צײכענונגען… כּך־הװה, זײער שײן איז עס אױסגעקומען, טאַקע קינסטלעריש. אָבער צו געבן אַ פּראָסט בילד מיט דער האַנט איז צו נודנע, נישט שפּאַנענדיק. עס טױג נישט אױף אַזאַ גרױסן יום־טובֿ װי פּסח! טאַקע אַ געשעעניש װעט עס זײַן אױב עס קומט דורך אַ שליח־מיוחד, װי, למשל, אַ בריװן־טרעגער פֿון דער אָפֿיציעלער פּאָסט, װאָס גיט תּמיד צו מער רעגונג, אַ יום־טובֿדיקן טעם. אָבער אַרױסצושיקן אַ בריװ פֿון דער הײם נאָר כּדי ער זאָל זיך צוריקקערן אַהײם? עס פּאַסט נישט. טאַקע אַ נאַרישקײט. ער מוז לכל־הפּחות, אַרומבלאָנדזשען כאָטש מחוץ דער שטאָט. טאָ װאָס האָב איך געטאָן? כ׳האָב צוגעגעבן אונדזער הײם־אַדרעס פֿאַר אַ קריק־אַדרעס און צוגעשריבן פֿאַרן הױפּט־אַדרעס אַ פֿאַלשן אַדרעס ערגעץ װוּ אין — ?… װוּ!? מצרים, פֿאַרשטײט זיך! דאָס הײסט, דער אמתדיקער פֿאָרציל איז דער קריק־אַדרעס. װען דער בריװ װעט אָנקומען אין מצרים, זאָל דער גוטער פּאָסט־אַרבעטער דאָרטן באַמערקן אַז די שטוב װאָס דעקט זיך מיטן הױפּט־אַדרעס איז פּשוט נישט פֿאַראַן, איז אַ פֿיקציע, אַז עמעצער האָט נעבעך געמאַכט אַ טעות. און ער, דער פֿאַראַנטװאָרטלעכער עגיפּטישער בריװן־טרעגער, װעט צוריקשיקן דעם בריװ צום קריק־אַדרעס. און מיר װעלן, אין דער הײם, װײַט פֿון מצרים, באַקומען אַ פּסח־בריװ װאָס איז טאַקע באַפֿרײַט געװאָרן! עפּעס איז אָבער געשען. מיר האָבן נישט באַקומען אונדזער מצרים־בריװ. אױף װיפֿל איך װײס, בלײַבט ער נאָך ערגעץ װוּ אין אַן עגיפּטישן פּאָסט־ביוראָ, צװישן כּל־מיני פּאַפּירן, דאָקומענטן און בריװ װאָס טרױמען נאָר װעגן פֿרײַהײט. פּסח איז געװען ספּעציעל רוחניותדיק און טרױעריק, אַזױ װי אַ קרובֿ װאָלט אומגעקומען, ניט געקוקט אױף אונדזער האָפֿענונג און אמונה אין זײַן איבערלעבן. אונדזער אײנציקע טרײסט איז געװען אַ דופּליקאַט װאָס אים האָט אָפּגעגליקט און איז אונדז אָנגעקומען פֿון אַ װײניקן סימבאָלישן לאַנד, נאָר אַ ביסל שפּאַנענדיק פֿונדעסטװעגן — רוסלאַנד.

ס׳קען זײַן אַז דער בריװ איז נישט דורכגעגאַנגען דורך אײַערע הענט. אָדער איר האָט אים יאָ געזען אָבער עס איז נישט געװען פֿאַר אײַך קײן גרױסע זאַך, בלויז נאָך אַ בריװ פֿון אױסלאַנד, װי טױזנטער אַנדערע. איר קענט זיכער דערקענען אױף דער רגע אַלע לענדער פֿון זײערע פּאָסטמאַרקעס אַלײן! טאָג־טעגלעך און נישטיק זײַנען אױסלענדישע בריװ פֿאַר אײַך, און מײַנער האָט נישט געמאַכט קײן אײַנדרוק. בקיצור איר געדענקט נישט מײַן בריװ און נישט מיך. מאַכט נישט אױס, װײַל ס׳איז דאָ נאָך אַ בריװ װאָס כ׳האָב אָפּגעשיקט… ס׳איז פֿאַראַן אַן אָפּטײל פֿון דער נאַציאָנאַלער פּאָסט װאָס האָט אַ געהײמען בלישטש, װאָס ציט צו צו זיך אַלע חסידים פֿון דער פּאָסט װי דאַנטע צום גיהנום: די מאַיעסטעטישע טױט־פּאָסט ביוראָ. אַהין האָב איך אָפּגעשיקט מײַן בריװ און דאָרט איז ער מסתּמא געבליבן, דערװײַל װאַרט איך ער זאָל אַהײמקומען. זײַט זשע נישט אין כּעס אױף מיר אַז איך האָב זיך פֿאַרנומען מיט אַזאַ קונדסערײַ. איך האָב זיך אָנגעשטעקט מיט באַגער און נײַגעריקײט און נישט געװען בכּוח זיך אַנטקעגנצושטעלן זײ. װאָדען, איך האָב צוגעגרײט אַ בריװ מיט אַ פֿאַלשן הױפּט־אַדרעס, אַ פֿאַלשן קריק־אַדרעס (דאָס הײסט, די שטיבער האָבן נישט עקזיסטירט, אָבער די שטעט יאָ), אָבער אינעם קאָנװערט איז געװען אַ בױגן אױף װעלכן כ׳האָב אָנגעשריבן: „טײַערער לײענער, האָב איך געמאַכט אַ טעות? איז דער אַדרעס נישט קײן ריכטיקער? איז דער דאָזיקער בעסער?“ און דאָרט האָב איך אַרײַנגעשטעלט נאָך אַן אַדרעס, נאָר אַ ריכטיקן, מײַן אײגענעם. און אַלע װײסן אַז פּאָסט־אַרבעטערס טוען אַלץ כּדי אַ בריװ זאָל דערגרײכן זײַן פֿאָרציל און זײַן אַדרעסאַט. װען זײ װעלן באַמערקן אַז די שטיבער זײַנען נישט פֿראַראַן, װעלן זײ דעם בריװ אױפֿעפֿענען, דעם בױגן איבערלײענען, די סיטואַציע פֿאַרשטײן, און דעם בריװ מיר נאָכשיקן. דערװײַל, װאַרט איך. שױן יאָרן. אַ בעל־בטחון בין איך.

און אױב איר געדענקט נישט אַפֿילו דעם בריװ װאָס זיצט אין טױט־פּאָסט ביוראָ, אפֿשר געדענקט איר מײַנע אַפּליקאַציעס צו זײַן אַ בריװן־טרעגער. יאָ, כ׳האָב געשיקט אַפּליקאַציעס צו זײַן אַ בריװן־טרעגער, און איר האָט מיר געענטפֿערט פּאָזיטיװ, און איך בין געװען אַזױ צופֿרידן! כ׳האָב אומגעטראָגן אַ שמײכל דעם גאַנצן טאָג! אַ בריװן־טרעגער װעל איך זײַן! כ׳האָב זיך אױסגעמאָלט אַ נײַ לעבן װי אַ בריװן־טרעגער און אײַנגעחזרט אָן אַן עק: „נישט קיין שנײ, נישט קיין רעגן, נישט קיין היצן, נישט קיין פֿינצטערניש װעט אונדז אָפּהאַלטן!“ אָבער עפּעס אַ פּחד, אַ שװאַכקײט, האָט מיך אָפּגעהאַלטן פֿון װערן אַ בריװן־טרעגער. איך האָב מורא געהאַט אַרומצונעמען רײנע פֿרײד; צו זײַן, סוף־כּל־סוף, גליקלעך און צו פֿאַרלאָזן מײַן מרה־שחורה אױף אײביק. קײנער האָט מיך נישט דערמוטיקט. די חבֿרים האָבן זיך אױסגעלאַכט פֿון מײַן אידעאַל. האָב איך אײַך אָנגעקלונגען און צוריקגענומען מײַנע אַפּליקאַציעס און געבליבן אַ פּראָפֿעסאָר פֿון קאָמפּיוטער־װיסנשאַפֿט, אַ גאָרנישט. איר געדענקט מיך אַװדאי נישט.

מילא! ס׳איז נישט װיכטיק. געדענקט שמעדענקט. נישט דאָס בין איך אױסן. איך שרײַב אײַך כּדי אײַך אָנצוּװײַזן אַז די פּאָסט איז אונדז טײַער און מיר האָבן זי ליב. װי אַ קליאַמקע אָן אַ טיר, זאָג איך, איז אַ מענטש אָן אַ נאַציאָנאַלע פּאָסט. איר קענט זיך נישט אײַנבילדן װי ברוגז און באַלײדיקט איך בין געװען װען איך האָב באַקומען די פּאַנטאָפֿל־פּאָסט: מע װעט פֿאַרמאַכן די פּאָסט. נײן! ס׳קען נישט זײַן! יאָ, בליצפּאָסט איז אױך גוט. זי איז, לכל־הפּחות, אַ נס׳עלע־מין־השמים. אָבער, פֿרעג איך אײַך, קען מען עפֿענען אַ בליצבריװ װאָס אײנע האָט באַטאַפּט מיט אירע אײגענע פֿינגער? קען מען צושיקן אַ ריח דורך בליצפּאָסט? קען מען אַרײַנאָטעמען די ריחות פֿון איר שטוב, פֿון די בלומען אױף דער פֿענצטערברעט, פֿונעם פֿריש־געבאַקענעם ברױט װאָס קילט זיך אָפּ אין איר קיך, פֿון איר דופֿט, פֿון דעם שטיקל שאָקאָלאַד װאָס זי פֿאַרבײַסט און מיט װאָס זי האָט אומגערן אײַנגעשמירט דעם בױגן? און קען מען, אין אַ בליצבריװ, אַרױסלײענען פֿונעם סאָרט פּאַפּיר? צי רעדט אַ בליצבריװ װי עס רעדט אַ בױגן גיך אַרױסגעריסן פֿון אַ העפֿט, גלײַך װי איר געדאַנק װאָלט אַנטלאָפֿן אַ מינוט שפּעטער? אָדער רעדט אַ בליצבריװ װי עס רעדט אַ קאָנװערט ספּעציעל אױסגעקליבן און מיט אַ שײנעם אױסגעאַרבעטענעם כּתבֿ? קען מען זיך פֿאָרשטעלן פֿון איר כּתבֿ־יד װי זי האָט זיך דאָ געקװענקלט און דאָרט זכרונה װעט?

און יאָרן שפּעטער, צוריקגעקומען צום זעלבן בליצבריװ, װעט מען קענען איבערצײכענען די טרערן־טריט װאָס מע האָט געמאַכט מיט יאָרן פֿריער? קען מען נעמען אַ בליצבריװ און אים אונטערלײגן אונטערן קישן זיך צו טרײסטן אין די עלנטע נעכט? קען מען אים צערײַסן אױף מיליאָן שטיקלעך, און פֿאַרברענען איטלעך שטיקל אױף אַש? קען מען נעמען אַלע בליצבריװ װאָס מע האָט באַקומען אַ גאַנץ לעבן און מאַכן פֿון זײ אַ מיליאָן פּאַפּירענע עראָפּלאַנען אַרױסצוּשיקן פֿון אַ מיליאָן פֿענצטער? קען מען, פֿרעג איך אײַך, לײַדן אױף אַן אומגעשיקטן בליצבריװ, װי מע לײַדט אױף אַן אומגעשיקטן פּאַפּירענעם בריװ? אַ מיליאָן בליצבריװ קענען נישט אױסלעשן אַ האַרצקלאַפּ, דערפֿאַר אָבער איז מײַנער אױסגעגאַנגען פֿון נאָר אַ קאַרטל מיט אַ פּאָסטמאַרקע. און איצט װעט איר פֿאַרמאַכן די פּאָסט? איך בעט אײַך דאָס װידער צו באַטראַכטן. אין װאָס װעל איך זיך קלאַמערן, אױב נישט אין דער פּאָסט? װאָס פֿאַר אַ שטעקל האָב איך אַחוץ דער פּאָסט, װען מײַן לעבן קומט און גײט מיט די עלעקטריע און מײַן בלוט איז עלעקטריפֿיצירט און געשניטן מיט װאַטן? פֿאַרמאַכט נישט די פּאָסט. װײַל איך קען נישט פֿאַרגעסן. כ׳קען נישט װײַטער גײן. כ׳קען קײן בריװ נישט צערײַסן און קײן שטיקלעך נישט פֿאַרברענען און קײן פּאַפּירענעם עראָפּלאַן נישט אַרױסשיקן. איך װיל בלײַבן אַזױ, עלנט, אַלײן, מיט מײַנע בריװ, און אַ פּאָסט־ביוראָ נישט װײַט פֿון דער הײם.

איך קוק אַרױס אױף אײַער באַשלוס און װאַרט מיט האָפֿענונג און אמונה,

אײַער,

פּ. ל. ה.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.