וווּ מע קען געפֿינען ייִדיש־שפּראַכיקע רעפֿעראַטן אָנלײַןWhere To Find Yiddish-Language Lectures Online
אויף דער אינטערנעץ געפֿינען זיך הונדערטער לעקציעס מיט באַקאַנטע פּראָפֿעסאָרן און מומחים פֿון אַמעריקע, ישׂראל, פֿראַנקרײַך און רוסלאַנד
ווען איך האָב אָנגעהויבן שטודירן ייִדיש מיט אַן ערך 14 יאָר צוריק, זענען געווען זייער ווייניק ייִדיש־שפּראַכיקע ווידעאָס אויף דער אינטערנעץ. „יוטוב‟ איז נאָך געווען שפּאָגל־נײַ און קיינער האָט דאָרט נאָך ניט געהאַט אַרויפֿגעשטעלט קיין ווידעאָס אויף מאַמע־לשון, שוין אָפּגערעדט פֿון אַקאַדעמישע רעפֿעראַטן אין דער שפּראַך.
הײַנט איז דער מצבֿ גאָר אַנדערש. במשך פֿון די לעצטע יאָרן האָבן אַ ריי ייִדיש־שפּראַכיקע אָרגאַניזאַציעס אָנגעהויבן רעגלמעסיק אַרויפֿצושטעלן זייערע פּראָגראַמען און רעפֿעראַטן אויף „יוטוב‟ און אַנדערע וועבזײַטן, כּדי דער ברייטער עולם זאָל זיי קענען קוקן ווען מע וויל נאָר.
לעצטנס האָב איך צונויפֿגעזאַמלט אַ רשימה פֿאַרבינדונגען צו ווידעאָ־רעקאָרדירונגען פֿון רעפֿעראַטן, וואָס מע האָט פּראָדוצירט במשך פֿון די לעצטע 10 יאָר און האָב באַשלאָסן דאָ אָפּצודרוקן די רשימה פֿאַר אונדזערע לייענער. (טאָמער האָט איר אַליין אַ וועבזײַט, וואָס וואָלט געקאָנט אַרײַנגענומען ווערן אין אַזאַ רשימה, פֿאַרבינדט זיך מיט מיר: kutzik@forward.com.)
אָט איז די רשימה:
-
דער „ייִוואָ‟ האַלט אין אַרויפֿשטעלן אַלע אירע עפֿנטלעכע פּראָגראַמען אויף זײַן „יוטוב‟־קאַנאַל, אַרײַנגערעכנט די סעריע ייִדיש־שפּראַכיקע רעפֿעראַטן, וואָס מע האָט אײַנגעאָרדנט דעם זומער.
-
די „ייִדיש־ליגע‟ האָט ערשט אַרויפֿגעשטעלט די סעריע רעפֿעראַטן, וואָס ד׳׳ר הערשל גלעזער האָט לעצטנס געהאַלטן וועגן ייִדישע דיאַלעקטן, אויף איר „יוטוב‟־קאַנאַל. מע קען זיי זען דאָ.
-
די רוסיש־ייִדישע אָרגאַניזאַציע „אשכּולות‟ אָרדנט אײַן ייִדיש־שפּראַכיקע רעפֿעראַטן, וואָס מע קען זען אויף איר יוטוב־קאַנאַל, בײַנאַנד מיט אַ סך רעפֿעראַטן אויף רוסיש און ענגליש וועגן דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.
-
ד׳׳ר אײַזיק בלימאַן, אַ געהילף־פּראָפֿעסאָר פֿון לינגוויסטיק אינעם קאַליפֿאָרניער אוניווערסיטעט אין בערקלי, האָט צונויפֿגעשטעלט אַ סעריע ייִדיש־שפּראַכיקע רעפֿעראַטן פֿון באַקאַנטע פּראָפֿעסאָרן פֿאַר זײַן פּראָיעקט „לייענזאַל‟.
-
אויף דער פֿראַנצייזיש־ייִדישער וועבזײַט „אַקאַדעם‟, קען מען זען הונדערטער רעפֿעראַטן פּראָדוצירט פֿון אַ ריי פֿראַנצייזיש־ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, אַרײַנגערעכנט ייִדיש־שפּראַכיקע פֿונעם „פּאַריזער ייִדיש־צענטער — מעדעם־ביבליאָטעק‟, און אַ „יונעסקאָ־קאָנפֿערענץ‟ געווידמעט ייִדיש, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין 2012.
-
אין 2008 האָט דער „העברעיִשער אוניווערסיטעט‟ אײַנגעאָרדנט אַן אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענץ וועגן ייִדיש. די גאַנצע קאָנפֿערענץ קען מען זען דאָ. ווי איר וועט באַמערקן אין דער רעקלאַמע פֿאַר דער קאָנפֿערענץ, איז דער פֿאָרווערטס געווען אַ מיטספּאָנסירער פֿון דער פּראָגראַם.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO