ווידעאָ: עטל ריים זינגט דעם אַרבעטערס קלאָגליד, „מײַן רוע־פּלאַץ‟WATCH: Ethel Raim Sings Worker’s Lament, “My Resting Place”
די טאַלאַנטירטע פֿאָלקזינגערין פֿירט אויף מאָריס ראָזענפֿעלדס באַקאַנט ליד ווי אויך דאָס ליבעליד, „פּאַפּיר איז דאָך ווײַס‟ אָן שום אַקאָמפּאַנימעט.
•
דער „צענטער פֿאַר טראַדיציאָנעלער מוזיק און טענץ‟ האַלט אין דיגיטאַליזירן אַלטע ווידעאָס פֿון זײַנע קאָנצערטן און זיי אַרויפֿשטעלן אויף „יוטוב‟.
אין 2016, האָבן זיי פֿאַרשפּרייט אַ ווידעאָ פֿון זייער קאָנצערט לכּבֿוד דעם קלאַרנעט־שפּילער דייוו טאַראַס, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין 1978 אין ניו־יאָרק. אחוץ טאַראַס אַליין זענען אויפֿן קאָנצערט אויפֿגעטראָטן אַ ריי ייִדישע זינגער, אַרײַנגערעכנט עטל ריים. ריים איז הײַנט ניט בלויז איינע פֿון די בעסטע זינגערינס פֿון ייִדישע באַלאַדעס (וואָס זי זינגט אויפֿן טראַדיציאָנעלן שטייגער, אָן קיין אַקאָמפּאַנימענט), נאָר אויך אַ וויכטיקע עטנאָמוזיקאָלאָגין, וואָס פֿאָרשט די באַלקאַנישע, אַמעריקאַנער, און ייִדישע מוזיק.
אינעם דאָזיקן פֿילם זינגט ריים צוויי לידער, דאָס אַלטע פֿאָלקסליד „פּאַפּיר איז דאָך ווײַס‟ און מאָריס ראָזענפֿעלדס קלאָגליד פֿאַר די ניו־יאָרקער אַרבעטער — „מײַן רוע-פּלאַץ‟. ריימס טראַדיציאָנעלער סטיל און פּרעציז קול גיבן צו צו די באַקאַנטע לידער אַ נײַעם טעם, וואָס איז סײַ פֿאָלקסטימלעך, סײַ אויסגעשולט. ביידע לידער בלײַבן אַ טייל פֿון איר רעפּערטואַר עד־היום.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO