Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

הײַנט בעט מען מחילה בלויז אויף יוצא צו זײַןAsking For Forgiveness Is Just a Formality Today

אַמאָל האָבן ייִדן גענומען מחילה ערנסט, כאָטש די עבֿירות זענען געווען קינדעריש; איינער האָט באַגריסט אַ צווייטן און יענער האָט אים נישט געענטפֿערט.

ס׳האט מיך שטענדיג געערגבערט דער ענין פון מחילה פאר יום כיפור. מיר לערנען אין חדר אז בעפאר יום כיפור, איידער מען טוט תשובה אויף די זינדיגע מעשים צווישן מענטש און גאט, ברויך מען צוערשט מפייס זיין די וועמען מען האט א גאנץ יאר געטשעפעט און מצער געווען. עס שטייט קלאר אין א הלכה אז דאס איז א שטארק עיקר’דיגער טייל פונעם פאר־יום כיפור’דיגער תשובה, ווייל אויף די עבירות שבין אדם לחברו איז יום כיפור נישט מכפר.

אין דער אמת’ן, אין חדר איז ווירקליך טשעפעריי די עיקר זינד פון וואס די רבי רעדט, דאס איז די הויפט עבירה אויף וואס קינדער ברויכן תשובה צו טון און די ערשטע אין ראנג פון חטאים. וועלעכער טאטע אדער מלמד האט דען די געדולד צו די כסדר’דיגע קריגערייען פון די קינדער. שוין פון גאנץ קליין אן פראבירט מען צווישן זיי שלום מאכן. ווי גייט דאס ליד:

ריגעלע ריגעלע רויגעז
מיר זענען כעווען ברוגז
ריגעלע ריגעלע ריק
מיר זענען חברים צוריק

ווידער הרהורים רעים (זינדיגע געדאנקען) און אומאיידעלע מעשים איז נאך נישט יעצט אינעם בעפאר בר מצווה קינדהייט אזא עיקר. נאר שפעטער אין די בחורישע יארן נעמען די מחשבות זרות (פרעמדע מחשבות) מיט ראויות אסורות (פארבאטענע זיכטן) איבער דעם אויבן אן פון די חטאים אויף וואס מען דארף תשובה טון יום כיפור, די צווייטע אויף די ליסט ווערט דעמאלס דער חטא פון ביטול תורה, און ערשט דערנאך, טשעפערייען. טשעפערייען ווערט דעמאלס אפגעשטיפט צו די דריטע אין ראנג פון חטאים.

איז דערווייל יעצט אין די קינדישע חדר יארן נהוג צו מאכן אן עיקר פונעם איבערבעטן, און עס איז אפילו אינטערעסאנט. לאמיר פארשטיין, קריגערייען אין חדר זענען געווענדליך נישט טיף, פארפלאנטערט און קאמפליצירט, האט מען יעצט א געלעגנהייט צו מאכן שלום, און ווי איינגענעם איז טאקע די געפיל פון שלום. יענקי מיט זאנווי האבן זיך א גאנץ יאר ארום געריסן איבער די קרוינשאפט פונעם כיתה, יעצט מאכן זיי שלום, זיי גייען ביידע אהיים צום יום כיפור מיט א רואיג געמוט. דער פיפיגער יוסי האט זיין קלאס שכן ייצי’ן נישט געקענט סובל זיין האט ער אים געוואלט אראפ דרוקן דורך טשעפערייען, יעצט זאגט די רבי יוסי’ן “דו מוזט ייצי’ן מפייס זיין בעפאר יום הקדוש”.

אזא ערב יום כיפור’דיגער שלום האט טאקע אנגעהאלטן פון אסתר תענית ביז פורים, פארט אבער איז דאס ענין פון מחילה גענומען געווארן אלס אן ערנסטער טייל פון די בעפאר יום הקדוש צוגרייטונגען. אייגנטליך איז דא נאך א מקום וואו מחילה פארנעמט א שטיקל סימבאלישער ארט, דאס איז אין די שטיבער נאכן טאטנס בענטשן די קינדער, אין אט דער ערהויבענער רירנדער מאמענט, איידער דער ראש המשפחה צינד דאס גלאזענעם טעפל פונעם יום כיפורדיגן געזונט ליכט און מען גייט אין שיל אריין צו כל נדרי.

אבער טאקע דערפאר איז דער מצוה פון מחילה געבליבן ווי א קינדישער חדר מנהג, וואס דער רבי אין חדר פארארדנט, אדער א טייל פונעם שטוביגן איידערן כל נדרי צערעמאניע. צווישן דערוואקסענע ווידעראום זענען דא אנדערע חטאים, ווייל וועלעכער דערוואקסענער שלאגט זיך דען ווי א קינד?

דאס מיינט געוויס נישט אז מען טוט זיך נישט מחילה טון, און אודאי וועט א פרומער נשמה, א בעל נפש, זיך מוחל זיין, אבער צווישן פאלק וועט מען מקיים זיין די מצווה פון כפרות, אפשר די מצווה פון גיין צו קברי צדיקים, די מצווה פון פראווענען אן ערב יום כיפור סעודה מיט פיש, די מצווה פון מקווה, ביי טייל אויך די מצווה פון זיך לאזן אריין געבן מלקות, אבער דוקא דער מצווה פון מחילה איז היינט נישט אזוי קיין טייל פונעם ערב יום כיפורדיגן סדר היום.

נו, דער אמת איז דאך, דאס איז נישט פון היינט. עס איז נישט קיין סוד אז פון שטענדיג אן איז אזוי געווען אז אפילו צווישן די פרומסטע לייט וועלעכע פאסטן תעניתים און שטייען לאנגע שמונה עשרה’ס, אבער מיטן ענין פון בין אדם לחברו זענען זיי ליידער נישט אזוי איי איי איי. מען זעט דאס פון אלטע מוסר ספרים און בריוון במשך הדורות, וואו די מחברים באקלאגן זיך טאקע אויף דעם פעלער פון בין אדם לחבירו צווישן פרומאקעס.

פון די מעשה ביכלעך אבער, ווייזט זיך אויס, אז אום ערב יום כיפור איז דער ענין פון זיך איבערבעטן דוקא פארצייטנס יא געווען אן הויפט ענין אינעם ערב יום כיפורדיגן סדר היום, אויך דא ווי אין חדר האט עס טאקע אנגעהאלטן פון אסתר תענית ביז פורים, אבער א מחילה איז געווען א מצווה צווישן מצוות פארן ערב יום כיפור אפילו צווישן ערוואקסענע שטאטס אידן.

קען טאקע זיין אז די סיבה איז צוליב וואס דער שטעטל האט אין א געוויסע זינען גאר שטארק געענדלט צום קינדישן חדר. מחלוקת’עך איבער „קינדישע‟ זאכן פלעגן אויסברעכן יעדער וויילע, גימפל דער ציניקער האט זיך אונטערגעהאלטן מיט א כאפטע מארק יונגען פון חייםקע דעם טישלערס קעקעצעריי און שלימזנות; חאצקל האט זיך מיט מיכלען צואמפערט צוליב אן עמוד וואס ער האט אים צוגענומען אויף זיין טאטנס יארצייט, זעלדע די ראש הקהל’טע האט שיינדלען דעם שמש’טען באליידיגט, האט דער רב אדער רעביצין טאקע שלום געמאכט ווי עס טוט די רבי אין חדר צווישן די קריגעדיגע קינדער, און ווען עס איז געקומען ערב יום כיפור האט מען זיך מפייס געווען.

און נישט נאר אום ערב יום כיפור, נאר אז עס איז געקומען צו שליכטן א מחלוקה אדער אפהאלטן אן עולה פון איינעם אויפן אנדערן איז עס געווען געווען אויפן סדר היום אפילו פון א געווענדליכער שבת אין שיל. נעמליך, עס איז געווען איינגעפירט אז א בא’עוולה’טער איד האט געהאט דאס רעכט זיך צושטעלן אום שבת אינדערפרי פאר דעם ארון הקודש און אפהאלטן דעם קריאת התורה ביז די ראשי קהילה זענען נישט מבטיח אז זיי וועלן דעם עוולה חוקר ודורש זיין— א זאך וואס מען זעט נישט היינט.

מיין ענטפער וועט מוזן זיין אז היינט לעבט מען אין א זמן ווען יעדער יחיד איז ווי א זעלבסשטענדיגער פערזאן, ווי א מלך פאר זיך. דאס ברענגט דערצו אז קודם כל, דער קאפ איז נישט אזוי כל כולו אין שיל ווי אמאל, מען קריגט זיך דערפאר היינט נישט אזוי אפט ווי אין שטעטל איבער אן עמוד, א כיבוד, אן אפענער פענסטער, א נוסח. צווייטנס, מיט רוב פון די אייגענע פראבלעמען לערנט מען זיך אליינס צו באפארענען אויף א שטילער און דיפלאמאטישער אופן. שטאטישע אידן אדער אפילו מחוץ לעיר אידן אין די היינטיגע מאדערנע מדינות, אפילו עס האנדלט זיך פון חסידים, זענען זיי נישט קיין דארפס קינדער פון וויעליטשקע אדער קאסריליווסקע. היינט פאסט צו צייגן א גלייכגילטיגער און דיפלאמאטיש פנים צו וואס אימער שייך. מען לערנט זיך צו שלינגען, אדער אז מען ברויך, זיך אפטיילן און קענען לעבן פאר זיך, אזוי איז דאך טאקע היינט אביסל רואיגער אין די מאדערנע וועלט. דער כאראקטער פון א היינטיגער באלעבאס איז אלזא א זעלבסשטענדיגער מאן, מיט אן אייגענעם אחריות. דאכט זיך אז דאס זעלבע איז מיט דער היינטיגער פרוי. מען טאר זיך היינט נישט באליידיגן אויף איידעלע מיסאכטונגען, ווי נישט צוריק גרוסן, אדער ווערן געשיקט צום ונתנה תוקף אן זיך וואוסנדיג מאכן, און אז יא וועט מען פאר אזא געזעלשאפטליכער ווייטוג ליבערש גיין צו א פסיכאלאג זיך לערנען וויאזוי איבערצוקומען די ווייטוג ווי איידער יענעם צו באזידלען אדער גיין צום רב ער זאל דעם יעניגן מוסר’ן.

דאס מיינט נישט אז מענטשן טוען זיך נישט היינט באעוולה’ען איינער דעם אנדערן, ווערן נישט בא’עוולה’ט, אדער אז עס זענען נישט פאראן קיין מחלוקת’ער. אוודאי באעוולה’ט מען זיך, און אודאי ווערט מען בעולה’ט, און אודאי און אוודאי זענען פארהאן קריגערייען. אבער נישט אזוי וועגן קינדערישע עוולות און איינצלהייטליכע און איידעלע באליידיגונגען, ווי אמאל. היינט איז א עוולה בעיקר דאס ריכטיגע, שווערע און טיפע עוולות, אזעלעכעס וואס לאזט זיך נישט מוחל זיין מיט בלויז אן ערב יום כיפור מחילה בעטן. למשל משה נתן דער בנין אייגנטימער הייבט דראסטיש די חודשליכע רענט פון חייים נחום, א לאנג יעריגן איינוואוינער, אדער פארשיקט ער אים גאר ארויס פון זיין וואוינונג. יצחק מנחם דער מנהל איז משלח פון ישיבה זרח’נס בחור צוליב מינדערוויכטיגע סיבות. רבקי לאזט איר געוועזענער מאן אייזיק’ן נישט זעהן די קינדער. זיי זענען אלע פעלער פון גאר שטארק מצער זיין אבער קיין דין תורה קען זיי נישט באהאנדלען און זענען גארנישט אזוי גרינג צו שליכטן סתם אזוי מיט א ריגעלע רויגעז ביים רב.

דערפאר איז א שאד וואס דער ענין פון מחילה פארנעמט לכתחילה נישט א גרעסער און וויכטיגערער ארט אין די היסטארישע הלכה ספרים און מסורת. אויף אן אמת’ן, לדעתי, דאס גאנצע אופן פון דעם טראדיציאנעלן בעטן מחילה, האט עפעס נישט קיין הענט און פיס, כאטש וואס הלכה פאדערט צו פראבירן ביז דריי מאל, כאטש עס דארף צו זיין אין באגלייטונג פון דריי עדים, פיוס איז דאך א גאר קאמפליצירטער און איידעלער נושא. איך זאג נישט אז אמאליגער מחילה איז אומניצליך, עס בארואיגט דעם כעס אויף א וויילע, אבער אויב איז בין אדם לחברו טאקע אזוי וויכטיג, עד כדי כך אז אן דעם קען מען נישט תשובה טון צו גאט, וואלט אונזער טראדיציע געמעגט אוועקשטעלן א שטארקערער, און מער איינצלהייטליכער מהלך אין פילצאליגער מעגליכע אופנים אין אן איבערבעטונג פראצעסיע, און אודאי געבן דאס א מער עיקר’דיגער סטאטוס אינעם יום כיפור סדר.

למשל, מיין ארימער פארשלאג וואלט געווען, אזויווי פאר פסח גייט יעדער כשר’ער איד צום רב פארקויפן דעם חמץ פארן גוי, אזוי וואלט אפשר געווען פאסיג אלס חיוב’דיגער מנהג בעפאר יום כיפור דורך אויס די עשרת ימי תשובה טעג, צו גיין צום רב, דורכגיין די מחלוקה’לען אין יאר, און זאל אים דער רב פסק’נען צו אדער וועם און וויאזוי ער ברויך מפייס זיין, אז ער זאל קענען זיך שטעלן צום כל נדרי ריין און גרייט. דאס איז איין פארשלאג.

שוין, וועל איך מאכן שלום מיט דעם פעלער און גיין אין מקווה, אנטון דאס קיטל, זאגן דעם בעפאר כל נדרי הייס תשובה’דיגן תפילת זכה, און זיך שטעלן צו כל נדרי.

און אגב, זייט מיר אלע מוחל.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version