Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

זכרונות פֿון אַ ייִדישן אַריסטאָקראַט פֿון גאַליציעMemoirs of a Galician Jewish Nobleman

אַרטור ליליען באַשרײַבט זײַן חשובֿע משפּחה פֿון באַנקירן, פֿאַבריקאַנטן און אָפֿיצירן, און ווי ס׳איז אַלץ חרובֿ געוואָרן בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה.

אַרטור ליליען־בזשאָזדאָװעצקי האָט זיך גענומען שרײַבן זײַנע זכרונות אין לאָנדאָן אין 1944 װען ער איז געװען אַן אָפֿיציר בײַם בריטישן גענעראַל־שטאַב. דאָס איז געװען אַ סך־הכּל פֿון דער לאַנגער תּקופֿה, װען ער און זײַן משפּחה האָבן געשפּילט װיכטיקע ראָלעס אין דער קולטור, װירטשאַפֿט און פּאָליטיק פֿון גאַליציע. די זכרונות האָט ער אָנגעשריבן אויף פּויליש, אָבער הײַנט קען מען עס אויך לייענען אין דער ענגלישער איבערזעצונג.

ליליען דערצײלט װעגן זײַן ייִחוס ווי אַן אָפּשטאַמיקער פֿון יצחק נחמנאָװיטש, דעם גרױסן גבֿיר פֿונעם סוף 16טן יאָרהונדערט, װאָס איז געװען דער באַנקיר פֿונעם פּױלישן קעניג און געבױט די באַרימטע שיל „די גילדענע רױז‟. פֿונעם אַנדערן צד שטאַמט זײַן משפּחה לכאורה פֿון אַ דײַטשישן אַריסטאָקראַט, פֿאָן ליליען, װעלכער האָט זיך, װי עס דערצײלט די לעגענדע, פֿאַרליבט אין אַ ייִדישן מײדל און איז אַנטלאָפֿן קײן פּױלן װוּ ער האָט זיך מגײר געװען. בײדע מעשׂיות האָבן ניט קײן פֿעסטן היסטאָרישן גרונט, װי עס באַמערקט דער רעדאַקטאָר סערגײ קראַװצאָװ אין זײַנע פּרטימדיקע פֿוסנאָטעס, אָבער זײ זײַנען װיכטיקע שטריכן אין אַרטור ליליענס אױטאָפּאָרטרעט.

עס איז ניטאָ קײן ספֿק אַז אַרטורס אָבֿות און אמהות פֿון מאַמעס צד, די משפּחות מיזעס, האַלבערשטאַם און נירנשטײן האָבן טאַקע געהערט צו די סאַמע פּני פֿונעם גאַליציאַנער ייִדנטום אינעם נײַנצנטן יאָרהונדערט. ער דערצײלט באריכות װעגן די דאָזיקע מענער און פֿרױען, װאָס האָבן פֿאַרמאָגט גרױסע מאַיאָנטקעס, פֿאַבריקן, באַנקן און אַנדערע געשעפֿטן, געװױנט רחבֿותדיק אין גרױסע געמױערטע געבײַדעס אינעם צענטער פֿון לעמבערג און האָבן געטרײַ געדינט זײער באַליבטן קיר”ה (קיסר ירים הודו), פֿראַנץ־יאָזעף דעם ערשטן. פֿאַר דעם האָט דער קיר”ה אױסגעצײכנט זײַנע סאַמע געטרײַסטע ייִדן מיט אַריסטאָקראַטישע טיטלען.

אַרטור איז געבױרן געװאָרן אין 1890. זײַן מאַמע עמאַ האָט טאַקע געשטאַמט פֿון די מיזעסן און נירנשטײנס אָבער דעם טאַטנס צד, די משפּחה ליליען, איז געשטאַנען אַ פּאָר שטופֿן נידעריקער אױפֿן ייִחוס־לעטער. הײַנט איז דער דאָזיקער נאָמען אַװדאי גוט באַקאַנט צוליב דעם קינסטלער אפֿרים משה ליליען, װאָס איז געװען אַרטורס אַ קרובֿ.

די צײַט פֿאַר דער ערשטער װעלט־מלחמה איז געװען די גאָלדענע תּקופֿה פֿאַרן יונגן ליליען. ער האָט פֿרײַ באַהערשט פּױליש, דײַטשיש, פֿראַנצױזיש, ענגליש, רוסיש און איטאַליעניש און איז פֿאַרטאָן געװאָרן אין די געשעפֿטן פֿון זײַן טאַטנס באַנק אין לעמבערג. ער דערמאָנט זיך מיט שטאָלץ אָן זײַן דינסט אינעם עסטרײַכישן מיליטער, װוּ ער און זײַן פֿערד האָבן געװוּנען פּריזן אין יאָגפֿאַרמעסטן. ער האָט חתונה געהאַט אין 1913 און זײער זון איז געבױרן געװאָרן אין זומער פֿון 1914. „װי שײן זײַנען געװען די דאָזיקע יאָרן! איך בין געװען יונג, פֿרײלעך און שײן. מען האָט מיך ליב געהאַט, און איך האָב געהאַט אַלץ װאָס מען קאָן נאָר באַגערן.‟

דער אױסבראָך פֿון דער ערשטער װעלט־מלחמה איז געװען דער סוף פֿון דער גאָלדענער תּקופֿה. אַרטור האָט אָפּגעשיקט זײַן פֿרױ מיטן זון קײן װין און איז אַװעק זיך שלאָגן מיט די רוסן. ער איז שױן לאַנג געװען אַ פֿאַרביסענער שׂונא פֿון דער רוסישער אימפּעריע סײַ װי אַ פּױלישער פּאַטריאָט און סײַ װי אַ ייִד. שפּעטער האָט ער אַנאַליזירט זײַן אידענטיטעט אין יענער צײַט. ער איז געװען אַ ייִד לױט זײַן אַרומנעמיקן הומאַניסטישן װעלטבאַנעם, אַ פּאָליאַק לױט דער קולטור, און אַן אונטערטאַן פֿונעם האַבסבורגער קיסר. פּאָליטיש האָט ער געהאַלטן בײַ דער אידעע אַז „פּױלן דאַרף װערן אַ גלײַכער שותּף אין דער האַבסבורגער מאָנאַרכיע‟; דאָס הײסט, גלײַך מיט עסטרײַך און אונגאַרן.

אָבער די מאָנאַרכיע האָט זיך צעפֿאַלן נאָך איר מפּלה אין דער מלחמה, און אַרטור האָט זיך פּלוצעם געפֿונען אין דער נײַ־געבױרענער פּױלישער מלוכה. די סאַמע ערשטע דערפֿאַרונג זײַנע איז געװען דער בלוטיקער פּאָגראָם אױף ייִדן, װאָס די פּױלישע אַרמײ האָט געמאַכט גלײַך װי זי האָט פֿאַרנומען לעמבערג. נאָך ביטערער איז געװען דער קלאַפּ, װאָס ער האָט באַקומען פֿון די קאָמאַנדירן פֿון דער נײַער אַרמײ. אַרטור האָט זײ גוט געקענט נאָך פֿאַר דער מלחמה, װען ער האָט זײ געהאָלפֿן אױסלערנען די חכמה־אַרטילעריע. איצט האָבן זײ אים אָפֿן געזאָגט, אַז זײ װילן טאַקע ניט אָפּשטעלן דעם פּאָגראָם, װײַל ייִדן זײַנען אַלײן שולדיק אין דעם, װאָס צװישן זײ זײַנען דאָ קעגנער פֿון דער פּױלישער אומאָפּהענגיקײט. „אינעם דאָזיקן מאָמענט האָט זיך עפּעס געטוישט אין מיר. מײַן לאַנד, װעגן װעלכן איך האָב געחלומט אַלע אַכט־און־צװאַנציק יאָר פֿון מײַן לעבן, איז פּלוצעם געװאָרן אַ יש און האָט מיך מכבד־פּנים געװען מיט אַ ייִדישן פּאָגראָם‟.

די פֿריש־געבאַקענע פּױלישע מלוכה איז געװען אַ גרױסע אַנטױשונג פֿאַר אַרטור: „עד־היום האָב איך געלעבט אין דער אַטמאָספֿער פֿון דער מערבֿדיקער ציװיליזאַציע. און פּלוצעם האָט אַ בלאָז געטאָן אַ שױדערלעכער װינט פֿון מיזרח… װילדע סצענעס, װעגן װעלכע מען האָט נאָר געהערט פֿונעם האַלב־אַזיאַטישן קעשענעװ [ער מײנט דאָ דעם קעשענעװער פּאָגראָם פֿון 1903] האָבן זיך צעשפּילט אין מײַן אײגענעם שײנעם לעמבערג.‟

אין דעם נײַעם פּױלן האָט ער ניט געהאַט קײן מזל. װי אַ ייִד און אַ גאַליציאַנער איז ער געװען אַ פֿרעמדער אין דער נײַער פּאָליטישער סבֿיבֿה פֿון װאַרשע. זײַנע אַמאָליקע באַקאַנטע און אָנגעשטעלטע האָבן פֿאַרנומען חשובֿע פּאָזיציעס אָבער האָבן אים מער ניט דערקענט. אין די 1930ער יאָרן האָט ער אױף אַ װײַלע באַקומען אַ שטעלע בײַם פּױלישן קאָנסולאַט אין תּל־אָבֿיבֿ, אָבער קײן אינטערעס אינעם ייִדישן ייִשובֿ האָט ער ניט געהאַט.

ער האָט זיך געפֿילט הײמיש בלױז צװישן אַנדערע יורדים, אַמאָליקע אַריסטאָקראַטן, װאָס פֿלעגן זיך צונױפֿקומען שפּילן קאָרטן. ערשט בעת דער צװײטער װעלט־מלחמה זײַנען זײַנע טאַלאַנטן װידער געקומען צו נוץ, און ער האָט באַקומען אַ שטעלע בײַם בריטישן מיליטערישן שטאַב אין קאַהיר. פּױלן האָט אים מער ניט באַדאַרפֿט.

צום שלוס באַטאָנט אַרטור ליליען: „איך האָב מורא אַז אײניקע פֿראַגמענטן װעלן ניט זײַן צום האַרצן אַ סך מענטשן. אײניקע פּאָליאַקן קענען באַלײדיקט װערן דורך מײַנע אױפֿריכטיקע באַשרײַבונגען פֿון דעם מצבֿ אין פּױלן; אַ היפּשע צאָל ייִדן װעלן זײַן אױפֿגעבראַכט דורך מײַן באַציִונג לגבי ארץ־ישׂראל; אײניקע נאַציאָנאַליסטן װעלן זײַן באַלײדיקט צוליב מײַן באַציִונג צו נאַציאָנאַליזם; די, װאָס האַלטן פֿון פּראָגרעס, װעט ניט געפֿעלן מײַן קריטישער קוק אױף דער רעװאָלוציע; אַ קאַטױליקער װעט ניט זײַן צופֿרידן פֿון מײַנע באַמערקונגען װעגן יעזויִטן. אָבער אַ סך מענטשן װעלן מיך טאַקע פֿאַרשטײן.‟ ליליען איז אױפֿגעװאַקסן מיט אַ חלום װעגן פּױלן, װאָס איז פּשוט ניט מקוים געװאָרן.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version