ווידעאָ: ווי מע געפֿינט אַ שידוך פֿאַר אַלטע בחוריםWATCH: How to Find a Match for Older Yeshiva Boys
די אָרגאַניזאַציע ”לזווג“ געפֿינט פּאַסיקע שידוכים פֿאַר אַלעמען, אַפֿילו יענע וואָס שפּילן זיך נאָך מיט שפּילעכלעך.
במשך פֿון די טעג פֿאַר ראָש־השנה פֿירן אַ סך חסידישע אָרגאַניזאַציעס דורך קאַמפּאַניעס דורך דער אינטערנעץ צו שאַפֿן געלט. מע לאָזט אַרויס רעקלאַמע־ווידעאָס וואָס שאַפֿן פּירסום פֿאַר די אָרגאַניזאַציעס און שטעלן אַרײַן פֿאַרבינדונגען („לינקס‟) צו וועבזײַטן אַזוי ווי Charidy און Dryveup, וואָס זענען בעצם נוסחאָות פֿון דער געלטשאַפֿונג־וועבזײַט „קיקסטאַרטער“ צוגעפּאַסט צום חרדישן עולם.
אַז מע בלעטערט דורך די קאַמפּאַניעס אויף די צוויי וועבזײַטן, באַמערקט מען גלײַך צוויי זאַכן: אַ סך פֿון דער אינפֿאָרמאַציע שטייט דווקא אויף ייִדיש, און געוויסע קאַמפּאַניעס שאַפֿן גרויסע געלטער — הונדערטער טויזנטער און אַפֿילו מיליאָנען דאָלאַר.
איין קאַמפּאַניע אַזאַ איז לטובֿת דער שדכנות־אָרגאַניזאַציע „לזווג“, וואָס שטרעבט צו געפֿינען אַ פּאַסיקן זיווג פֿאַר אַלטע בחורים, וואָס וואַרטן שוין לאַנג אויף דעם. דער רעקלאַמע־ווידעאָ האָט באַקומען אַ גרויסן אָפּרוף אויף פֿייסבוק און טוויטער צוליב איין טשיקאַווען קנייטש. אין אַ רעקלאַמע וואָס זעט אויס אַ ביסל אומעטיק און ערנסט, זעט מען ווי אַן אַלטער בחור, וואָס איז אַ פּנים דערשלאָגן צוליב דעם וואָס ער זיצט ווײַטער אין ישיבֿה בעת די אַנדערע בחורים האָבן שוין חתונה געהאַט, שפּילט זיך בעת־מעשׂה מיט אַ „סלינקי“, אַ שפּילעכל וואָס ווערט גיכער אַסאָציִיִרט מיט קליינע קינדער. בײַם סוף פֿונעם ווידעאָ, ווען ער באַקומט שוין די גוטע ידיעה, אַז מע האָט פֿאַר אים אויך געמאַכט אַ שידוך, לאָזט ער אָפּ דאָס שפּילעכל, ווײַל ער איז, אַ פּנים, גרייט אָנצוהייבן אַ נײַע סטאַדיע פֿונעם לעבן.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO