עטלעכע גוטע בשׂורות צום נײַעם יאָרGood News to Start the New Year!
דער ייִדישער מוזיי אין בערלין און אַ ישׂראלדיקער יוטוב־קאַנאַל האָבן ביידע געבעטן מיטצואַרבעטן מיטן פֿאָרווערטס
ווי איר ווייסט אַלע, איז דאָס יאָר תּשע״ט נישט געווען קיין רויִקס דאָ בײַם פֿאָרווערטס.
צוליב פֿינאַנציעלע שוועריקייטן האָבן מיר דעם פֿאַרגאַנגענעם ווינטער געמוזט שליסן דעם געדרוקטן נומער וואָס איז געווען דער רוקנביין פֿונעם פֿאָרווערטס זינט זײַן גרינדונג אין 1897, ווערנדיק דערבײַ אַ ריין דיגיטאַלישע צײַטשריפֿט. דערצו האָט מען אָפּגעזאָגט אַ צאָל הויך־ראַנגיקע פֿיגורן, אַרײַנגערעכנט דעם שעף־רעדאַקטאָר פֿונעם ענגלישן פֿאָרווערטס, דעם הויפּט פֿון פּירסום און דעם גאַנצן פּערסאָנאַל פֿאַרבונדן מיטן ענגלישן און ייִדישן געדרוקטן נומער.
דאָס ווערן אַ ריין דיגיטאַלישע צײַטשריפֿט האָט אַרויסגערופֿן אַ זאָרג בײַ אַ צאָל פֿון אונדזערע לייענער און שטיצער. אויף פֿייסבוק האָבן זיך באַוויזן פּעסימיסטישע קאָמענטאַרן וועגן אונדזער צוקונפֿט; אַז דאָס אָפּשטעלן די פּאַפּירענע אויסגאַבע איז אַ סימן אַז דער פֿאָרווערטס וועט זיך אַליין באַלד שליסן.
אָבער ווי גייט דאָס ווערטל: אַז דער אייבערשטער שליסט אַ טיר, עפֿנט ער אַ פֿענצטער.
במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע חדשים האָבן מיר באַקומען עטלעכע זייער גוטע בשׂורות. ערשטנס, האָט דער ייִדישער מוזיי אין בערלין געבעטן בײַ אונדז דערלויבעניש צו ניצן איינעם פֿון אונדזערע מאַטעריאַלן ווי אַ טייל פֿון אַ נײַער פּערמאַנענטער אויסשטעלונג וועגן ייִדישע שפּראַכן איבער דער וועלט. גערעדט האָבן זיי וועגן אַן אוידיאָ־רעקאָרדירונג וואָס דער פֿאָרווערטס האָט הײַיאָר פּראָדוצירט: אַ רשימה פֿאַרשפּרייטע חסידישע אויסדרוקן אויף ייִדיש, צונויפֿגעשטעלט און פֿאָרגעלייענט פֿון יהושה כּהנא.
דער ציל פֿון אַרײַננעמען אַזאַ אוידיאָ, האָט דער אַדמיניסטראַטאָר מיר דערקלערט, איז צו געבן די מוזיי־געסט אַ געלעגנהייט צו הערן ווי עס קלינגט הײַנט חסידיש ייִדיש און דערבײַ זיך אויסצולערנען וועגן עטלעכע ייִדישע אויסדרוקן. (דער אוידיאָ וועט באַגלייט ווערן מיט אַן איבערזעצונג אויף דײַטש, ענגליש און עטלעכע אַנדערע שפּראַכן.) עס וועט אַוודאי אויך שטיין אַז די רעקאָרדירונג איז פּראָדוצירט געוואָרן פֿונעם פֿאָרווערטס. דער מוזיי איז וועלט־באַרימט, וועלן דעריבער אַ סך מער מענטשן זיך דערוויסן וועגן אונדזער צײַטשריפֿט.
די צווייטע בשׂורה איז אַז אַ פֿאָרשטייער פֿונעם באַקאַנטן ישׂראלדיקן יוטוב־קאַנאַל, Unpacked, האָט אַ פּנים געפֿונען די ענגלישע איבערזעצונג פֿון אונדזערס אַן אַרטיקל, „טשיקאַווע געשיכטע פֿון שנה־טובֿות אויף ייִדיש‟ פֿון רמי נוידאָרפֿער און פֿאָרגעלייגט אַז מיר זאָלן אין איינעם פּראָדוצירן אַ ווידעאָ (אויף ענגליש) וועגן שנה־טובֿות אויף ייִדיש. איך האָב מסכּים געווען, כּל־זמן זיי וועלן אַרויסרעדן דאָס וואָרט שנה־טובֿות לויט דער אַשכּנזישער הבֿרה — shone toyves — אַנשטאָט shana tovas וכּך־הווה! דער ווידעאָ איז שוין אַרויס, ס׳איז פּרעכטיק געמאַכט און לאָזט קלאָר וויסן אַז דאָס איז באַזירט אויף אַן אַרטיקל פֿונעם ייִדישן פֿאָרווערטס. איר קענט עס זען דאָ.
וועגן דעם אַז אַ מנדבֿ האָט הײַיאָר געשאָנקען דעם פֿאָרווערטס 11,000$ צו שאַפֿן קעסטל־רעטענישן אויף ייִדיש ווייסט איר שוין מסתּמא. דער ייִד קען נישט קיין ייִדיש אָבער ער איז אַ גרויסער ליבהאָבער פֿון קעסטל־רעטעניש ,האָט ער צוגעזאָגט דעם פֿאָרווערטס צו פֿינאַנצירן אַזאַ רובריק אויף ייִדיש. אַ דאַנק די פֿעיִקייטן פֿון דער ייִדיש־רעדנדיקער אינזשענירקע, מינע־ליפֿשע ווישוואַנאַט, שיקט דער פֿאָרווערטס איצט אַרויס, יעדע צוויי וואָכן, אַ קעסטל־רעטעניש אויף מאַמע־לשון, צו פֿאַרווײַלן אונדזערע לייענער און דערבײַ אויך פֿאַרבעסערן די שפּראַך־פֿעיִקייטן פֿון ייִדיש־סטודענטן.
און די פֿערטע בשׂורה: נאָך דעם ווי אַ צאָל לייענער האָבן אונדז געזאָגט אַז זיי ווילן גיבן דעם פֿאָרווערטס אַ מתּנה, אָבער בלויז אויב זיי זענען זיכער אַז דאָס געלט גייט בפֿירוש פֿאַרן ייִדישן פֿאָרווערטס, האָבן אונדזערע טעכניקער צונויפֿגעשטעלט אַ זײַט פֿאַר בײַשטײַערס וואָס גייען דירעקט צום ייִדישן פֿאָרווערטס. די בײַשטײַערס האָבן שוין אָנגעהויבן אַרײַנצוקומען (אַ דאַנק צו אַלע אונדזערע שטיצער!) און איין מתּנה האָט בײַ מיר געשאַפֿן אַ ספּעציעלע הנאָה: אין אַ וואַרעמען בריוו צום פֿאָרווערטס, האָט די פֿרוי געזאָגט אַז כאָטש זי אַליין קען נישט אַזוי גוט ייִדיש, שענקט זי דעם ייִדישן פֿאָרווערטס $2,000 אין אָנדענק פֿון איר מאַמען, וואָס איז געווען אַ געטרײַע ייִדישיסטקע.
לכּבֿוד דעם נײַעם יאָר, האָפֿן מיר אַז איר וועט אונדז אויך אין זינען האָבן. צוזאַמען מיט אײַער שטיצע קענען מיר ווײַטער אָנגיין מיט אונדזער שליחות צו פֿאַרשפּרייטן דאָס ייִדישע וואָרט איבער דער וועלט.
אַ זיס, געבענטשט יאָר אײַך אַלעמען, שׂרה־רחל שעכטער, רעדאַקטאָרין
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO