Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

דער שולקלאַפּער — אַ וויכטיקע פֿיגור סליחות־צײַט The shul knocker – a key figure before Rosh Hashanah

זײַן קלאַפּן אויף די לאָדנס פֿאַרטאָג, ערבֿ די ימים־נוראָים, האָט געוועקט דעם עולם סײַ צום דאַווענען, סײַ צו תּשובֿה.

אין די שטעטלעך פֿון מיזרח־אייראָפּע פֿלעגט דער שולקלאַפּער, אָפֿט מאָל דער שמשׂ פֿון דער שיל, יעדן טאָג אויפֿוועקן דעם עולם צו גיין דאַוונען. ער האָט אויך אויפֿגעוועקט נישט בלויז אין דער פֿרי נאָר אויך אין מיטן דער נאַכט צו גיין אויף סליחות. אין די לאָדנס האָט ער געקלאַפּט מיט אַ העמערל, אַחוץ שבת, ווען ער האָט דאָס געטאָן מיט דער פֿויסט. די ייִדן האָבן שוין פֿאַרשטאַנען פֿון דער צאָל קלעפּ מיטן העמערל פֿאַר וואָס ער רופֿט זיי. אין טייל ערטער האָט ער אויך געהייסן „דער שולרופֿער‟.

דעם טיטל „שולקלאַפּער‟ קען מען שוין געפֿינען אין יאָר 1225 בײַ די דײַטשע ייִדן. אָבער דאָס לאָזן וויסן די אײַנוווינער פֿון שטעטל, אַז ס’איז צײַט צו גיין דאַוונען, איז אַ פּנים אַ סך עלטער: אינעם 2טן יאָרהונדערט פֿלעגט דער בעל־תּפֿילה אויך דאָס טאָן מיט אַ בלאָז אויפֿן שופֿר ווי אַ טייל פֿון זײַן אַחריות.

כאָטש מע באַטראַכט הײַנט דעם שולקלאַפּער ווי אַ נעבעכדיקע פּרנסה, האָט מען אין מיטל־עלטער געהאַט פֿאַר אים מער אָפּשײַ. צוליב דעם וואָס ער איז אַרומגעגאַנגען פֿון הויז צו הויז האָט יעדער אים גוט געקענט, אַפֿילו די קריסטן. בײַ געוויסע קהילות האָט מען זײַן העמערל געהאַלטן אין אָרון־קודש. אָפֿט מאָל איז די צאָל קלעפּ מיטן העמערל געבליבן די זעלבע פֿון דור צו דור. אַמאָליקע צײַטן, פֿלעגט דער שמשׂ בײַ די ספֿרדישע ייִדן אויך גיין פֿון הויז צו הויז אויפֿוועקן די מענטשן אָבער אָן דעם העמערל.

אַ שיינער פּאָרטרעט פֿון אַ שולקלאַפּער קען מען לייענען אינעם יזכּור־בוך פֿונעם פּוילישן שטעטל סוכאַטשעוו. משה־אַהרן שולקלאַפּער האָט געגעבן דרײַ קלעפּ אינעם פֿאַרמאַכטן לאָדן מיט זײַן הילצערנעם האַמער. אַז עמעצער איז נעבעך געשטאָרבן, האָט ער נאָר געגעבן צוויי קלעפּ. „און דער דריטער נישט־אויסגעקלאַפּטער, איז מיט ציטער און שרעק געבליבן הענגען און זיך געלעגט אויפֿן געמיט ווי אַ שוואַרצער שאָטן, וואָס האָט געשמעקט מיט טויט, מיטן ‘גוטן אָרט׳, מיט טהרה־וואַסער און לוויה. אַ קרעכץ האָט גענומען זיך רײַסן און טרערן רינען פֿון די אויגן.‟

אַזוי אַרום איז משה־אַהרן שולקלאַפּער געוואָרן „דער אָנזאָגער פֿון גליק און אומגליק”. מע האָט שטענדיק, מיט האָפֿענונג, געוואָרט אויפֿן דריטן קלאַפּ. זעט אויס, אַז פּונקט די דאָזיקע געפֿילן האָבן ייִדן שוין באַשריבן אינעם 16טן יאָרהונדערט. אַ געוויסער אַ. זיסקינד האָט געשריבן אין יענע יאָרן: „ווען דער שולקלאַפּער האָט נאָר געקלאַפּט צוויי מאָל [דער סימן פֿון טויט], האָב איך געגעבן אַ זיפֿץ. אָבער ווען ער האָט געקלאַפּט דרײַ מאָל איז מײַן האַרץ געשפּרונגען פֿאַר פֿרייד.‟

ווען משה־אהרן איז פֿרײַטיק נאָך מיטאָג געגאַנגען אין רעשיקן מאַרק און גענומען קלאַפּן מיטן האַמער אויף די לאָדנס פֿון די אָפֿענע קראָמען, איז געוואָרן אַ בהלה. מע האָט שוין פֿאַרשטאַנען, אַז דער שבת קומט אָן. אַלע, די קויפֿערס און פֿאַרקויפֿערס, האָבן זיך געאײַלט צו שליסן די פֿאַרהאַנדלונגען: מע דאַרף גיך פֿאַרמאַכן דאָס געוועלב!

דאָס וואָס דער שולקלאַפּער האָט אויסגערופֿן בײַם קלאַפּן צו סליחות איז מיט דער צײַט געוואָרן אַ ליד. די ערשטע שורה פֿונעם ליד איז געוויינטלעך געווען „שטייט אויף ייִדעלעך (אָדער „קינדער‟) לעבֿודת־הבורא! שטייט אויף צו סליחות!‟ דער גאַליציאַנער שרײַבער גרשם באַדער שרײַבט, אַז אין קראָקע איז דער שולקלאַפּער אַרומגעגאַנגען סליחות־צײַט פֿון הויז צו הויז און געזונגען: „ייִדעלעך, כּשרע ייִדעלעך, טײַערע ייִדעלעך, שטייט אויף, שטייט אויף צו סליחות!‟ געקלאַפּט האָט ער אָבער נאָר אין די לאָדנס פֿון ייִדן וואָס האָבן אים פֿריִער געגעבן אַ נדבֿה. ערבֿ ראָש־השנה איז דאָס רופֿן אויף סליחות אין קראָקע געווען אַנדערש, ווײַל מען האָט אויך „גערופֿן די אָבֿות‟. דער שולקלאַפּער האָט געזונגען:

אַבֿרהם, יצחק, יעקבֿ, משה, אַהרן, דוד און שלמה, שטייט אויף! ייִדן זענען אין גלות, שטייט אויף צו די הייליקע סליחות!

דער שולקלאַפּער פֿלעגט דעמאָלט קלאַפּן אין די טויערן פֿון דער שיל און רופֿן צו אַמאָליקע רבנים אין גן־עדן: „שטייט אויף בעטן פֿאַר ייִדן!”

דאָס געשטאַלט פֿונעם שולקלאַפּער איז געווען אַזוי בילדעריש, אַז ס’איז געוואָרן אַ טייל פֿון שטעטל־באַשרײַבונגען אין דער ייִדישער ליטעראַטור. אין זײַן אויטאָביאָגראַפֿיש בוך „שלמה רב חיימס‟, שרײַבט מענדעלע מוכר־ספֿרים וועגן יודל דעם שולקלאַפּער, וואָס ער איז געווען, דער עיקר, א שוסטער. להיפּוך צו אַנדערע קהילות, האָט ער צוויי מאָל געגעבן אַ קלאַפּ צו רופֿן אין שיל אַרײַן, און דרײַ מאָל ווען עמעצער איז נעבעך געשטאָרבן. ער האָט אויך געקלאַפּט פֿרײַטיק מיטאָג און אויסגערופֿן: „ייִדן אין באָד אַרײַן!‟

צו סליחות האָט ער נישט בלויז געקלאַפּט, נאָר אויך צעפּראַלט די לאָדנס, ביז ער האָט זיך איבערצײַגט, אַז מע האָט זיך שוין טאַקע אויפֿגעוועקט אין שטוב. די קהילה האָט אים נישט באַצאָלט פֿאַר זײַן אַרבעט, אָבער מע האָט אים תּמיד פֿאַרבעטן אויף אַלע חתונות און אַנדערע שׂימחות. מענדעלע מוכר ספֿרים שרײַבט אַז דאָס וואָס דער זעלבער מענטש האָט גערופֿן סײַ אין שיל אַרײַן סײַ אין באָד אַרײַן האָט דווקא געהעכערט דעם סטאַטוס פֿון דער באָד.

און ווי זעט אויס הײַנט דער מינהג פֿון קלאַפּן אויף די לאָדנס אויפֿצוּוועקן די תּושבֿים, זיי זאָלן גיין אין שיל? אין דער חסידישער בעלזער געגנט אין ירושלים, אויפֿן אָרט פֿונעם אַמאָליקן שולקלאַפּער, פֿאָרט מען אַרום אין אַן אויטאָ און פֿון אַ הילכער זינגט מען אַ נוסח פֿונעם אַלטן ליד „שטייט אויף צו סליחות‟.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version