ווידעאָ: „דאָס ביסעלע משקה‟ געזונגען פֿון שלמה שמולעוויטשWATCH: “A Little Booze” Sung by Solomon Smulewitz
די רעקאָרדירונג פֿון 1903 איז אַ באַווײַז אַז הגם די מאָדעס פֿון ייִדיש געזאַנג קענען זיך בײַטן, האָבן ייִדישע טרינקלידער תּמיד אויסגענומען בײַם עולם
די זינגערין און מוזיקאָלאָגין דזשיין פּעפּלער, וואָס איז שטענדיק אַ פֿאַרלאָזלעכער קוואַל פֿון טשיקאַווע ווידעאָס פֿון אַלטע לידער, האָט לעצטנס אַרויסגעלאָזט אַ רעקאָרדירונג פֿון ד׳׳ר הענעך סאַפּאָזשניקס זאַמלונגען, אין וועלכער שלמה שמולעוויטש זינגט זײַן בדחנות־ליד „אַ ביסל משקה‟. אין דער רעקאָרדירונג, פֿון 1903, קען מען הערן די שטאַרקע השפּעה וואָס דער אָפּערעטע־סטיל האָט געהאַט אויף דעם אופֿן, ווי אַזוי מע האָט געזונגען בדחנות אין יענע יאָרן.
דער נאָמען שלמה שמולעוויטש איז הײַנט באַקאַנט, דער עיקר, בלויז בײַ פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער מוזיק אָבער בײַם אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט איז ער געווען צווישן די פּאָפּולערסטע זינגער און מחברים פֿון זינגלידער בײַ ייִדן. במשך פֿון זײַן קאַריערע האָט ער אָנגעשריבן מער ווי 500 לידער, באַגלייט מיט מוזיק.
שמולעוויטש האָט ניט געהאַט קיין גרינג לעבן. זײַן טאַטע, אַ חזן, איז געשטאָרבן ווען שמולעוויטש איז געווען 12 יאָר אַלט, און צוליב דעם וואָס ער איז געווען אַ קײַלעכדיקער יתום, האָט ער זיך באַלד געפֿונען אָן אַ דאַך איבערן קאָפּ. האָט ער אַרומגעוואַנדערט איבער ווײַסרוסלאַנד, אוקראַיִנע און פּוילן, זינגנדיק אויף דער גאַס, און שפּילנדיק אין טעאַטער־טרופּעס. צוליב דעם וואָס ער איז געווען אַ קליין ייִנגל מיט אַ הויכער שטימע, האָט ער אָפֿט געשפּילט די ראָלע פֿון אַ מיידל.
צו 12 יאָר האָט שמולעוויטש אָנגעשריבן זײַן ערשט ליד, אַן אויטאָביאָגראַפֿישס —„דער טרויעריקער יתום‟. באַלד האָט ער באַקומען אַ שם ווי אַ טאַלאַנטירטער מחבר. אין וואַרשע האָט ער געאַרבעט מיטן באַרימטן שרײַבער פֿון שונד־ראָמאַנען — שומר, פֿאַר וועמען ער האָט קאָמפּאָנירט לידער פֿאַר אינסצענירונגען, איבערהויפּט אָפּערעטעס, פֿון שונדס ראָמאַנען. דער אָפּערעטע־סטיל וואָס איז געווען פּאָפּולער אין די לעצטע יאָרן פֿון 19סטן יאָרהונדערט האָט שטאַרק באַווירקט זײַן סטיל בײַם זינגען.
אין זײַנע בלי־יאָרן אין אַמעריקע איז שמולעוויטש געווען אַ גרויסער שטערן אָבער די מאָדע בלײַבט ניט שטיין. אין די 1920ער יאָרן האָט דער עולם אים שוין געהאַלטן פֿאַר אַלטמאָדיש און ער איז געשטאָרבן אין טיפֿן דלות אין 1943.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO