Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

וויסנשאַפֿט איז וויכטיק, נאָר עס פֿעלט איר מיסטעריע און כּישוףScience Is Important But It Lacks the Mystery and Magic

ס׳איז אינטערעסאנטער צו הערן אַז די רויטקייט בײַ שקיעה איז פֿונעם גיהנום, ווי אַז דאָס זענען קאָליר־ברוכן פֿון די זונשטראלן. 

ווי א קינד האב איך איין מאל געטראפן אין איינע פון די אונטערשטע פאליצעס פון מיין טאטנס ספרים שאפע דעם ספר שלשלת הקבלה. ס׳איז נישט געלעגן אויבן וואו מען לייגט די ש”ס און אנדערע עיקרדיקע ספרים, מיט די הויכע פענסטעריגע טירלעך, נאר אונטן מיט די פארשטאפטע טירלעך, דארטן וואו עס ליגן די מעשה ביכלעך פון בעל שם, זאמלונגען פון אלטע שמועסן, בעלייכטונגען, ספרים וועגן חכמות העולם, טייל פון זיי בלויז צוואנציג יאר אלט מיט אן עטוואס אלטער גערוך פון אנהייב תש”מ יארן, די 1980ער, אנדערע שוין מיט א ירושה גערוך וואס איז מעיד אז עס איז פון בעפארן קריג. טייל מיט חתימות פון אן עלטער זיידן אדער אור פעטער. 

זיצט מען אויף דער ערד נעבן ספרים שאפע און מען נישטערט. טרעף איך דעם ספר שלשלת הקבלה, די בלעטער און די אותיות דוקא נישט אזוי אלטליך, אויסגעבאקן און דראמאטיש ווי עס וואלט זיך געפאסט פאר ספרים פון דע גאטונג, נאר צופעליג מיט א אומרייפער ישראלישער דרוק פון די מ’ יארן, טאקע א שאד. איך דארף אבער נישט מער ווי כאפן א בליק אויפן שער בלאט, און אביסל בלעטערן דערין, און פארשטיין אז א פאנטאסטישער אוצר פון סיפורים נפלאים, סודות פון מיסטישע כוחות, געהיימע חכמות הפרצוף, חכמת המזלות, פלאי הטבע, מיטאלאגיעס, און שילדערונגען איבער די יצירה און די עולמות עליונים, דאס אלעס אין דאס ספר’ל געשריבן דורך דעם דרום איטאליענישן רבי גדליה אבן יחיה מיט בערך פיר הונדערט יאר צוריק. דאכט זיך אז דאס איז דאס ערשטע מאל וואס איך האב געהאט א נאנטן בליק אינעם מעטאפיזישן פארעם פון די וועלט מיט די גאנצער בריאה לויט די תלמודיסטישע און ראשון’ישע חכמים, זייערע חוקרים, אסטראלאגן און מיסטיקער.

ביי אונז היימישע אידן זענען פאראנען צוויי וועגן וויאזוי צו באטראכטן נאטור: איינס, דער אלגעמיינער וויסנשאפֿטלעכער מהלך, און צוויי, דער טראדיציאנעלער מהלך, וואס איז א געמיש פון אפגעלאפענע פארשונגען מיט מיטאלאגישע דמיונות.

דער ערשטער מהלך איז געבויט אויף ראציאנאלע חשבונות. דער צווייטער מהלך ווידער וועט מער טון אין די פארנעפלטע, אבער שענערע און מיסטעריעזער מישמאש פון רוחני מיט גשמי.

איך בין געווען פון די וועלעכע האבן שטארק בעפארצוגט דעם צווייטן מהלך, איך האב דוקא מער ליב געהאט אט טאקע דער מישמאש. מיטאלאגישע הסברים איבער די מהלך פון די בריאה, עס איז מיר געווען אינטערעסאנטער צו הערן אז די רויטקייט פונעם זון אונטערגאנג איז פונעם גיהנום, ווי איידער אז עס איז קאליר ברוכן פון די זון שטראלן. עס איז אינטערעסאנטער צו הערן אז שניי קומט פון א ספעציעלער שניי אוצר ערגעץ אין הימל, איידער זיך צו דערוויסן די וויסנשאפטלעכע סיבה. אודאי איז אינטרעסאנטער צו הערן אז אן ערדציטערניש נעמט זיך פון דעם וואס “די לויתן האט זיך גערירט”, ווי איידער צוליב א רייבעריי צווישן וועלטליכע פלאטעס. און אוי א שאד איך האב עס פארלוירן. אלעס היינט פאלט אריין אין א קאטעגאריע, א נומער, קיין שום טעם און ריח נישט. אמאל, האט נאך אפילו פארש ארבעט פארמאגט דעם טעם פון לעגענדארישע מיסטעריע, אויפצורייצן דעם דמיון. ווער געדענקט נאר די אלטע ביכער מיט די מאפעס פון דער וועלט? די צייכענונגען, די פארהויכטע וועלט חלקים, דער ים פון פינסטערניש. אזוי סודותפיל, אזוי דראמאטיש, אזש דער מאגן דרייט זיך פון שפאנונג. היינט דאקעגן האט א מאפע געאגמאטרישע שטרייפן, ליניעס, גראדן, אלעס אויסגערעכנט אויף די האר. קיין שום נשמה נישט.

און ווער געדענקט פון די פארגעלטע שטויביגע ספרים וואס עס האט געמיינט א הימל?

הימל? הימלען! זיבן הימלען, שטאק איבער שטאק, יעדעס הימל אן אנדער נאמען. מיר זעען נאר די ערשטע צוויי, אבער עס זענען פאראן נאך פינף איבער זיי, אזוי האט גע’טענה’ט דער באקאנטער אור אלטער ארץ ישראלדיגער תלמודיסטישער חכם, ריש לקיש. כל מיני פונקציעס ווערן דארטן אין די דאזיגע הימלען דורכגעפירט דורך אומפיזישע כוחות. אויף איטליכער שטאק עפעס אנדערש:

דער ערשטער הימל איז א ריקעדיגער, ער קומט און גייט ווי א פארהאנג, אזוי ווערט דאך ליכטיג און טונקל אויף די וועלט; דער צווייטער אנטהאלט די גאנצע צבא השמים, די זון די לבנה מיט שטערן . אויף איין הימל, די דריטע, איז א מיל צו מאלן די מן פאר די צדיקים.

אינעם פערטן הימל מיטן נאמען “זבול” געפונט זיך נישט עפעס אנדערש נאר א הימלישער ירושלים מיט א בית המקדש און מלאך מכאל איז מקריב קרבנות; אויפן פיפטן געפונען זיך די איידעלע, דערהויבענע מלאכים וועלעכע זינגען שירה אין די נעכט; אינעם זעקסטן ליגט טאקע די אוצר פון שניי; און אינעם זיבעטן געפונען די הויכע נשמות פון צדיקים מיט א באהאלטן קאסטן מיט תחית המתים טוי, און אט דא אינעם העכסטן הימל מיט די נאמען ערבות, איז וואו עס געפונט זיך די טרוין, די כסא הכבוד פון גאט ברוך הוא אליינס.

אט די זיבן הימלען פון דעם חכם ריש לקיש, פארט זיך מיט די זיבן גלגלים פונעם רמב”ם לויט די פארצייטישע אנגענומענע מיינונג, די זיבן דרייענדיגע ראדן איינס איבערן אנדערן ארום דער כדור הארץ, וואס איטליכער פון זיי טראגט איינע פון די זיבן באקאנטע כוכבי לכת – זעלבסשטענדיג גייענדע שטערן. שבתאי (סאטארון), צדק (יופיטער), מאדים (מארס), חמה (זון), נוגה (ווענוס), כוכב (מערקארי), און די לבנה.

די שטערן אינעם הימל זענען לעבעדיג, זיי פארמאגן א חיות און זינגען שירה אין די נעכט, זיי פארזאמלען זיך אין קאמפאניעס חודש’ווייז אונטער דער זון צו שיינען פון זייער מזל אויף די וועלט.

מיט שפאנונג פלעג איך זיך צוהערן צו די מעשה פונעם רבין אין חדר, וויאזוי חירם מלך צור, אין לבנון, דער בוי מייסטער קעניג און ידיד פון דעם אנדערן לעגענדארן מלך, שלמה, וועלעכע האט זיך געלאזט מאכן א מעכאנישער זיבן הימלען איבער וואסער. דער זעלבער חירם וואס האט געבויט טאקע שלמה המלך’ס באקאנטער מעכאנישע שטול מיט די זיבן שטיגן און באוועגנדיגע גאלדענע לייבן און אדלער.

הכלל, לייען איך דעם מאדנעם ספר, שלשלת הקבלה מיט די פארגעלטע בלעטער, דא האב איך זיך באקענט מיט אלצדינג פאנטאסטיש, פארשפרייט ביים פאלק פון די חז”ל צייטן ביז די ראשונים צייטן. זיי האבן מיר דערמאנט די יוצרות, די רייכע פיוטים פונעם יום טובדיקע מחזור’ל מיט די עברי טייטש, וועלעכע שילדערן די תהומות און חלל העולם, באזירט אויף די מיסטישע שילדערונגען פון סיפור יחזקאל און אפשר אויך פון דעם פארצייטישן ספר חיצוני, דער בוך פון חנוך בן ירד, וועלעכע שילדערן ביידע די ארץ המלאכים און רוחות ביי די פארכטיג אייז שטיקער און עק וועלט בערג. בקיצור, אידישע מיטאלאגיע.

און וויפיל שענער איז דאס ווי די היינטיגע פיזישע פאקטן? א וועלט ווי מלאכים, שדים און מענטשן לעבן אין איין דימענסיע, דארט וואו אייז איז דער טויער צום הימל, אין די אפגרונג זענען פייערדיגע גיהנומדיגע טייכן.

גלוסט זיך מיר יעצט צו רעדן פון די שבעה רקיעין, אן אפעטיט האט מיר געכאפט צו שווימען אין מיינע קינדישע חושים, און דוקא נישט פון די פריערדערמאנטע מעכאנישע רקיעין איבערן ים פון חירם מלך צור, נאר טאקע פון די עכטע. אז איך רעדט פון זיי שפיר איך אז איך שפאציר אריין אין די קעפ פון פארצייטישע דענקער, פאנטאזירער, און כל מיני פילאסאפן.

צופעליג ווייס איך ווי פון אונטער א נעפל אין מיין מחשבה, אז די וועלט איז היינט רונדיג מיט שטערן אן א סוף, אבער דאס נעמט נישט אוועק פון מיינע באליבטע שבעה רקיעין, אלע פיזישע באווייזן און פאקטן קענען פון מיר נישט אוועקנעמען, זיי, די שיכטן פון אומזעבארע ווייסע קאלדערעס איבער די שיל. דארטן געפונען זיך דאך די שליסלען און רעזולטאטן פון אלעס וואס קומט פאר אין די ערדישע שילן, די צערעמאניעס און מנהגים. אלע תפילות און מעשים גרייכן צו די רקיעין, און אלע השפעות ליגן אט דארטן אין די אומזעבארע הייכן. אלעס איבערן דאך פון שיל. 

און דער אמת איז אז אדרבה, זאל די רקיעין מעשה בעסער נישט אריין שטימען אין די מאדערנע מאטעמאטישע מעסטונגען. דאס איז פאר אונז שיל אידן.

נאר וואס, ליידער האט מיר פון שטענדיג אן געפעלט א פולשטענדיגער אמונה דערין. שטענדיג האב איך געהאט דאס געפיל אז די רקיעין ענדיגן זיך מיטן חוש הדמיון. וואלט איך דערין ווען געגלויבט מיט אן אמת’ער נאמנות וואלט מיר געכאפט א חשק אין אט די הימלען צו כאפן א שפאציר, מיט מיינע אייגענע אויגן אלעס זעהן. ווער ווייסט ווי וואונדער הייליג און שיין עס וואלט געווען. 

היינט וועל איך זיך באגניגן מיט די אלפישע בלוי ווייסע שפיצן, דערמאנען זיי נישט אביסל אין די רקיעין? קוקנדיג אויף די מלאכישע שפיצן אין די ווייטע הייכן, כאפט מיר אן השראה, א דערלייכטונג, א דערמאנונג צו די וואונדערשיינע שילדערונגען אין די אלטע פארגעלטע בלעטער אין מיין טאטנס ספרים שענקל.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version