Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

דער אַכטער וווּנדער פֿון דער וועלט: די שלום־עליכם־שול אין מעלבורןThe 8th Wonder of the World: Melbourne’s Sholem Aleichem College

אַלעקס מינקין באַשרײַבט דעם אָפּרוף אויף אַ לעקציע וועגן די אופֿנים ווי די טאָגשול מוטיקט דעם באַניץ פֿון ייִדיש.

מיט מער ווי 40 יאָר צוריק האָבן צען מעלבורנער משפּחות געגרינדעט די ייִדיש־שפּראַכיקע ”שלום־עליכם־שול“. הײַנט איז זי די איינציקע וועלטלעכע ייִדישע טאָגשול, וווּ ייִדיש איז אַ מוז־לימוד פֿאַר אַלע תּלמידים. עס לערנען זיך דאָרטן מער ווי 300 קינדער.

ניט געקוקט אויף דעם, וואָס אין דרויסן איז געפֿאַלן אַ שלאַקסרעגן, האָבן צענדליקער מענטשן לעצטנס זיך פֿאַרזאַמלט אויפֿן ”אָפּער־וועסט־סײַד“ פֿון ניו־יאָרק, כּדי אַרומצורעדן אַן אייגנאַרטיקע ייִדיש־שפּראַכיקע טאָגשול. דעם וואַרשטאַט האָבן אײַנגעאָרדנט די מאַנהעטענער אַרבעטער־רינג־שולע צוזאַמען מיט דער ייִדיש־ליגע.

אין דער פּראָגראַם זענען אויפֿגעטראָטן די שוועסטער דבֿורה און רייזל זילבערמאַן, ייִדיש־לערערינס אין דער שלום־עליכם־שול אין מעלבורן. די פּראָגראַם איז געווען אַ זעלטענע געלעגנהייט פֿאַר די ניו־יאָרקער ייִדישיסטן און די לערער פֿון דער אַרבעטער־רינג־שולע אין מאַנהעטן אַרומצורעדן די ייִדיש־שפּראַכיקע קינדער־דערציִונג מיט פֿאָרשטײַער פֿון דער הצלחהדיקער שול אין ”עק־וועלט“ (ווי די אָרטיקע ייִדיש־רעדנדיקע רופֿן אָן אויסטראַליע).

Australia Yiddish

רייזל און דבֿורה זילבערמאַן רעדן פֿאַרן עולם בעת זייער לעקציע אין מאַנהעטן Image by Alex Minkin

אין 1935 האָט מען אין מעלבורן געגרינדעט אַ ייִדיש־שפּראַכיקע זונטיקשול אויפֿן נאָמען פֿון י. ל. פּרץ; אין 1947 האָט מען געגרינדעט אַ צווייטע שול אויפֿן נאָמען פֿון שלום־עליכם. די זונטיקשולן האָט מען געשאַפֿן לויטן מוסטער פֿון דער פֿאַרמלחמדיקער סאָציאַליסטישער ”צישאָ“־שול־באַוועגונג, אין וועמענס שולן עס האָבן זיך געלערנט מער ווי 24,000 קינדער אַ יאָר אין מער ווי 100 שטעט און שטעטלעך איבער פּוילן און ליטע. די לערער פֿון די ”צישאָ“־שולן זענען אויסגעשולט געוואָרן בײַם ווילנער לערער־סעמינאַר, איינע פֿון די חשובֿסטע אינסטיטוציעס אין דער געשיכטע פֿון דער וועלטלעכער ייִדישער שול־באַוועגונג. די ייִדיש־לערער זשעניע וואַסערמאַן, און יוסף גילגיטש, וואָס האָבן אַליין פֿאַרענדיקט דעם ווילנער לערער־סעמינאַר, האָבן שפּעטער געלערנט ייִדיש אין די מעלבורנער ייִדישע שולן.

די אָנפֿירער פֿון דער מעלבורנער ייִדישער שול־באַוועגונג האָבן געגלייבט, אַז כּדי די תּלמידים זאָלן באַקומען אַ פֿולשטענדיקע ייִדישע דערציִונג, האָט מען בלי־ברירה געמוזט האָבן אַ טאָגשול. זייער חלום איז מקיום געוואָרן אין 1975, ווען מע האָט געעפֿנט די שול־עליכם־שול.

”די שלום־עליכם־שול אין מעלבורן איז באמת אַ שטיקל נס,“ האָט באַמערקט שבֿע צוקער, די אויספֿיר־סעקרעטאַרין פֿון דער ייִדיש־ליגע און אַ ייִדיש־לערערקע בײַם אַרבעטער־רינג, וואָס איז צוויי מאָל געפֿאָרן קיין מעלבורן כּדי צו אַרבעטן מיט די אָרטיקע ייִדיש־לערער. ”אין אַ צײַט ווען עס האָבן זיך איבער דער וועלט פֿאַרמאַכט ייִדיש־שפּראַכיקע טאָגשולן, איז עס דעם דאָזיקן ייִשובֿ געלונגען צו גרינדן אַ ייִדישע שול. ס׳איז אָבער ניט אין גאַנצן אַ מיסטעריע. אין פֿאַרגלײַך מיט דער אַלגעמיינער ייִדישער באַפֿעלקערונג, וווינט אין מעלבורן אַ גרעסערע פּראָפּאָרץ שארית־הפּליטה ייִדן ווי אין אַלע אַנדערע שטעט אויף דער וועלט. אַ סך בונדיסטן פֿון מיזרח־אייראָפּע האָבן זיך דאָרטן באַזעצט און זיי האָבן שווער געאַרבעט, כּדי ממשיך צו זײַן די אינסטיטוציעס, וואָס האָבן געבליט אין דער אַלטער היים. דערצו, אַ דאַנק דעם וואָס מענטשן אין אויסטראַליע פֿאַרלאָזן זייערע היימשטעט אַ סך ווייניקער ווי אין אַמעריקע, בלײַבן מער משפּחות אויף איין אָרט און די שפּראַך איז דערפֿאַר שטאַרקער אין דער משפּחה־סבֿיבֿה.“

ווי אַזוי זעט הײַנט אויס אַ שול געבויט פֿון ייִדישיסטן, בונדיסטן, און ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה? מעלבורן איז אַ געמיינדע, וווּ די ייִדן וווינען ניט ווײַט איינער פֿונעם צווייטן און האַלטן אָן נאָענטע געזעלשאַפֿטלעכע באַציִונגען. דער ייִשובֿ נעמט אַרײַן אַ סך קינדער און אייניקלעך פֿון שארית־הפּליטה ייִדן, ווי אויך אַ סך ישׂראלים. דערצו, האָבן אַפֿילו עטלעכע פֿרומע משפּחות באַשלאָסן צו שיקן זייערע קינדער אין דער שלום־עליכם־שול, ווײַל זיי האַלטן פֿון דעם, אַז די תּלמידים לערנען זיך גוט אויס סײַ ייִדיש, סײַ העברעיִש. צווישן די עלטערן געפֿינט זיך אויך אַן אַבאָריגינישער טאַטע, וואָס האַלט פֿעסט, אַז זײַנע מיידלעך זאָלן זיך אויסלערנען ייִדיש, ווײַל די שפּראַך פֿון זײַן אייגן פֿאָלק איז אויסגעשטאָרבן.

די 100 תּלמידים אין קינדערגאָרטן לערנען זיך ייִדיש ווי אַ טייל פֿון דער אַלגעמיינער לערן־פּראָגראַם. די 190 תּלמידים אין דער פֿאָלקסשול זענען אין עלטער פֿון 5 ביז 12 און לערנען זיך ייִדיש סײַ דורך שפּראַכקלאַסן, סײַ אין די קלאַסן פֿון ייִדישער געשיכטע. כּדי זיי זאָלן קענען אָנגיין מיטן ייִדיש־לימוד נאָכן פֿאַרענדיקן די שול לערנען זיך די מיטלשול־תּלמידים ווײַטער ייִדיש אין אָוונט.

ייִדיש איז אַ בולטער טייל פֿונעם שוללעבן אויפֿן קאַמפּוס: אַלע שילדן, אַפֿילו אין די וואַשצימערן, זענען צוויישפּראַכיק; די באַריכט־קאַרטלעך שיקט מען אַהיים אויף ייִדיש און ענגליש און די ספּאָרט־מאַנשאַפֿטן הייסן נאָך קאַדיע מאָלאָדאָווסקי, אַבֿרהם רייזען, מאַני לייב און י. ל. פּרץ. יעדעס יאָר פֿײַערט די שול אַ ריזיקע געבוירן־טאָג־שׂימחה לכּבֿוד שלום־עליכם, בעת וועלכער די קינדער פֿאַרשטעלן זיך ווי זייערע באַליבסטע העלדן פֿונעם ייִדישן קלאַסיקער. די ייִדישע יום־טובֿים פּראַוועט מען אויף אַ וועלטלעכן אופֿן און מע לייגט דעם הויפּטפֿאָקוס אויפֿן ייִדישן פֿאָלק און דער ייִדישער קולטור. די שול שטעלט אויך צו אַ בני־מיצווה־פּראָגראַם, אין וועלכער די קינדער לייענען פֿון דער תּורה און טײַטשן אויס די הפֿטרה וואָס זיי לערנען אויף אַ וועלטלעכן שטייגער. די תּלמידים וואָס פֿאַרענדיקן די ”שלום־עליכם־שול“ קענען פֿרײַ רעדן, לייענען, און שרײַבן ייִדיש.

Yiddish Grade 2

תּלמידות פֿון דער שלום־עליכם־שול לעבן אַ ייִדיש־שפּראַכיקן שילד Image by Courtesy of Sholem Aleichem College

בײַ רייזל און דבֿורה זילבערמאַן, איז די וויכטיקסטע זאַך ניט דאָס וואָס די שלום־עליכם־שול לערנט די קינדער ייִדיש, נאָר אַז די תּלמידים ווערן אינספּירירט טאַקע ליב צו האָבן מאַמע־לשון. אַ דאַנק דעם וואָס די קינדער הייבן זיך אָן לערנען צו פֿינף יאָר, באַטראַכטן זיי זי ווי אַ לעבעדיקע שפּראַך און אַ נאַטירלעכן טייל פֿון זייער סבֿיבֿה. אַ סך גראַדואַנטן פֿון דער שול ווערן אָנגעזעענע מיטגלידער פֿון די ייִדיש־שפּראַכיקע קרײַזן און באַקאַנטע זינגער, שרײַבער, זשורנאַליסטן און קינסטלער אויף דער ברייטער אויסטראַלישער גאַס. צווישן זיי: דוד סלוצקי, יעוועט קופּערסמיט און האָסקי גאַווענדאַ.

די פּראָגראַם איז געווען אַ געלעגנהייט אָפּצושאַצן די אַרבעט פֿון ייִדיש־לערער בכלל. „מיר אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָבן אויך ייִדיש־לערער, שרײַבער און קולטור־אַקטיוויסטן, כאָטש מיר האָבן דאָ נישט געהאַט קיין ייִדישע טאָגשול,‟ האָט דערקלערט פּערל טייטלבוים, אַ ייִדיש־לערערקע וואָס האָט אין 2018 אָנגעפֿירט מיט אַ צוויי־וואָכיקן סעמינאַר פֿאַר די ייִדיש־לערער בײַ דער שלום־עליכם־שול. שטעלט זיך די פֿראַגע: ווער האָט צוגעשטעלט אַ בריק צו דער ייִדישער קולטור־ירושה פֿאַר אַ דור יונגע־לײַט, וואָס האָט ניט קיין צוטריט צו אַ ייִדיש־רענדיקער סבֿיבֿה? פֿאַרעקשנטע, איבערגעגעבענע, קולטור־טרעגערס אויף ביידע קאָנטינענטן האָבן גענומען אויף זיך דאָס אַחריות צוצוציִען יונגע־לײַט צו דער שפּראַך און זיי אינספּירירן זיך צו לערנען מאַמע־לשון און זי ווײַטער רעדן.‟

הײַנט זענען צוויי פֿון די לערערינס אין דער מאַנהעטענער אַרבעטער־רינג שולע נאַטירלעכע ייִדיש־רעדער. מישעל מילער איז אויפֿגעוואַקסן בײַ אַ ייִדיש־רעדנדיקער חסידישער משפּחה און אסתּר גאָטעסמאַן איז אַן אייניקל פֿון דער ייִדישער פּאָעטעסע ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן, און האָט אויך גערעדט ייִדיש אין דער היים.

אַ גרויסער טייל פֿון דער אַרבעט בײַ די ייִדיש־לערער פֿון די אַמעריקאַנער אַרבעטער־רינג שולן איז דאָס שאַפֿן און צופּאַסן נײַע לערן־מאַטעריאַלן פֿאַרן קומענדיקן דור ייִדישיסטן. דבֿורה שטראַוס, אַ לערערין בײַ דער מאַנהעטענער אַרבעטער־רינג־שולע, וואָס האָט באַזוכט די שלום־עליכם־שול מיט עטלעכע יאָר צוריק, האָט באַמערקט, אַז ”ביידע שולן שאַפֿן אַ סך פֿון זייערע אייגענע לערן־מאַטעריאַלן, ווײַל ס׳איז דאָ אַ גרויסער דוחק פֿון מאַטעריאַלן, וואָס פּאַסן זיך צו צו זייער לערנפּלאַן. אין מעלבורן, למשל, האָט מען געשאַפֿן אַ סך פּשוטע מעשׂה־ביכלעך אויף ייִדיש.‟

די ייִדיש־ליגע, וואָס זײַן הויפּטקוואַרטיר איז אין ניו־יאָרק, האָט לעצטנס אַרויסגעלאָזט אַ נײַע אויפֿלאַגע פֿון שלום־עליכמס ”מאָטל פּייסע דעם חזנס“, (פֿאַרקירצט און צוגעפּאַסט פֿאַר תּלמידים) דורך שבֿע צוקער, וואָס נעמט אַרײַן געניטונגען, גלאָסאַרן, און אַ רעקאָרדירונג פֿונעם טעקסט. די אויפֿלאַגע האָט מען געשאַפֿן ספּעציעל פֿאַר די מיטלשול־תּלמידים, וואָס לערנען זיך בײַ דער שלום־עליכם־שול.

דזשאַש פֿריידשטערן, אַ טאַטע פֿון אַ קינד וואָס לערנט זיך אין דער מאַנהעטענער אַרבעטער־רינג־שולע, האַלט אַז די ייִדישע שפּראַך איז אַן עיקרדיקער טייל פֿונעם איבערגעבן אַ ייִדישע קולטור־ירושה, וואָס באַטאָנט דעם געראַנגל פֿאַרן יושר. ”ייִדיש איז די שפּראַך פֿון די סאָציאַליסטן, די בונדיסטן, און אַנדערע, וואָס האָבן באַקעמפֿט די בייזע כּוחות פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט. אַז מיר שטעלן זיך הײַנט קעגן אַ סך פֿון די זעלביקע בייזע כּוחות, וויל איך אַז מײַנע קינדער זאָלן פֿאַרבינדן די הײַנטיקע באַוועגונגען מיט די אַמאָליקע.“

”דאָס ניט לערנען מײַן זון ייִדיש און דאָס ניט לערנען אים וועגן דער שפּראַכס באַטײַט וואָלט פֿון אים אַוועקגערויבט אַ טייל פֿון זײַן נשמה,“ האָט איבערגעגעבן אַ צווייטער טאַטע, עוואַן קלײנמאַן, וואָס איז אויפֿגעוואַקסן מיט ייִדיש־רעדנדיקע באָבע־זיידעס פֿון דער שארית־הפּליטה.

די קינדער בײַ דער מאַנהעטענער אַרבעטער־רינג־שולע האָבן לעצטנס געהאַט אַ געלעגנהייט צו זען און הערן זייערע מיט־תּלמידים אין דער ווײַטער אויסטראַליע. ווען דבֿורה שטראַוס איז צוריקגעקומען פֿון מעלבורן, האָט זי מיטגעבראַכט אַ ווידעאָ־באַגריסונג, אין וועלכער די אָרטיקע תּלמידים זינגען ”אַלע ברידער“, און שרײַען אויס ”שלום־עליכם!“ בלויז צוליב דעם חילוק אין צײַט צווישן מעלבורן און ניו־יאָרק האָבן די ניו־יאָרקער קינדער זיי ניט געקענט גלײַך ענטפֿערן ”עליכם־שלום“.

אַלעקס מינקין איז דער דירעקטאָר פֿון ”תּיקון־בראַזיל“ און דער טאַטע פֿון קינד, וואָס לערנט זיך אין דער ”מאַנהעטענער אַרבעטער־רינג שולע“.

בעט זאַסלאָף איז די דירעקטאָרשע פֿון דער ”מאַנהעטענער אַרבעטער־רינג שולע“.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.