נײַער נומער „אויפֿן שוועל‟ גיט זיך אָפּ מיט ייִדיש־שפּראַכיקן קינאָNew Issue of Afn Shvel Explores Yiddish Cinema
צווישן די טעמעס: אַ שרעקלעכער ייִדישער פֿילם; דער קאָנסולטאַנט וואָס דערמעגלעכט פֿילמען וועגן חסידים צו האָבן אַ לײַטיש פּנים.
ס׳איז לעצטנס אַרויס אַ נײַער נומער „אויפֿן שוועל‟ וואָס גיט זיך אָפּ מיטן נעכטן, מאָרגן און הײַנט פֿונעם ייִדיש־שפּראַכיקן קינאָ.
דער נומער הייבט זיך אָן מיט אַן אינטערוויו מיטן וועלטעקספּערט פֿונעם ייִדישן קינאָ עריק גאָלדמאַן, אין וועלכן ער דערקלערט דעם זשורנאַלס רעדאַקטאָר שבֿע צוקער פֿאַר וואָס ער האָט זיך פֿאַרליבט אין דער טעמע און זײַן מיינונג, פֿאַר וואָס דווקא איצט קומט פֿאָר אַ רענעסאַנס פֿון ייִדיש־שפּראַכיקע פֿילמען. גאָלדמאַן באַמערקט אַז דזשאַש וואַלעצקי איז ווי אַ קינאָ־סטודענט אין 1974 געוואָרן דער ערשטער צו מאַכן אַ ייִדיש־שפּראַכיקן פֿילם במשך פֿון די לעצטע 24 יאָר, זינט מע האָט בכלל אויפֿגעהערט זיי צו מאַכן אין 1950.
אין זײַנעם אַן אַרטיקל אויף גאָר אַן אַנדער טעמע באַשרײַבט וואַלעצקי די ראָלע פֿון ייִדיש אין זײַן דאָקומענטאַר־פֿילם „פּאַרטיזאַנער פֿון ווילנע‟ (1986). ייִדיש און דער חורבן איז אויך די טעמע פֿון ד׳׳ר דזשעפֿרי שאַנדלערס אַרטיקל „ייִדיש אינעם ׳שואה־אַרכיוו׳‟, אין וועלכן ער באַשרײַבט דעם אופֿן ווי אַזוי ייִדיש ווערט באַנוצט אין די אינטערוויוען פֿונעם אַרכיוו, וואָס איז פֿאַקטיש די גרעסטע זאַמלונג רעקאָרדירונגען אויף ייִדיש פֿון מענטשן, וואָס זענען געבוירן געוואָרן פֿאַרן חורבן.
ניט אַלע פֿילמען אויף ייִדיש האָבן דווקא מצליח געווען. בער קאָטלערמאַן באַשרײַבט אין זײַן אַרטיקל אַ „קאַטאַסטראָפֿאַלן‟ שטומען פֿילם „מישעל סטראָגאָף‟ מיט יעקבֿ אַדלער אין דער הויפּטראָלע. רעדנדיק וועגן קאַטאַסטראָפֿעס, איז עס אַ סוד פֿאַר גאַנץ בראָד, אַז עטלעכע האָליוווּדער פֿילמען וועגן חסידים זענען אַזוי שלעכט געמאַכט, אַז מע קען קוים דערקענען, צי עס גייט די רייד וועגן אַ חסיד, צי, להבֿיל, עפּעס אַ גריכישן גלח. אין זײַן אינטערוויו מיט לייזער בורקאָ דערקלערט דער אַקטיאָר און איבערזעצער אלי ראָזען ווי אַזוי ער איז געוואָרן אַ פֿילם־קאָנסולטאַנט און ווי ער דערמעגלעכט די פֿילמען וועגן חסידים צו האָבן אַ לײַטיש פּנים. וואָס שייך חסידים און פֿילמען, דערקלערט ווויטעק טוואָרעק אין זײַן אַרטיקל וועגן דער חסידישער פֿילם־אינדוסטריע, ווי אַזוי מע שטעלט צו פֿילמירטע פּיעסעס אויף ייִדיש אַזוי ווי די פּאָפּולערע סעריעס „אומגלייבלעך‟ און „אונטערן.‟
אין עטלעכע פֿון די אַרטיקלען, שרײַבט מען וועגן ייִדיש אין ישׂראל. העטער וואַלענסיאַ, אַ לאַנגיאָריקע איבערזעצערין פֿון אַבֿרהם סוצקעווערס ווערק אויף ענגליש, רעצענזירט דעם נײַעם ישׂראלדיקן דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן זײַן לעבן, „שוואַרצער האָניק‟. באָריס סאַנדלער דערציילט וועגן זײַן סעריע דאָקומענטאַר־פֿילמען, פּראָדוצירט דורכן פֿאָרווערטס, וואָס פֿאַראייביקט די פּערזענלעכקייטן פֿון אַ ריי ייִדישע שרײַבער אין ישׂראל.
אַחוץ די אַרטיקלען וועגן דעם ייִדישן קינאָ נעמט דער נומער אויך אַרײַן אַרטיקלען פֿון יחיאל שיינטוך, דניאלה מאַוער, רעצענזיעס פֿון נײַע ביכער און פֿילמען, און נײַע לידער פֿון גרשון ווײַס, יואל מאַטוועיעוו, טינאַ פּערסאָן און גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט.
כּדי זיך צו אַבאָנירן אויף „אויפֿן שוועל‟, באַזוכט.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO