באַקענט זיך מיט דער בראַזיליאַנער ייִדישער זינגערין ניקאָל באָרגערGetting to Know Brazilian Yiddish Singer Nicole Borger
די אַרטיסטין דערציילט וועגן די ייִדישע לידער פֿון לאַטײַן־אַמעריקע און דעם הײַנטיקן ווידער־אויפֿלעב פֿון דער קלעזמער־מוזיק אין בראַזיל.
ווען דער שרײַבער סטעפֿאַן צווײַג האָט אין 1941 זיך געפֿילט אַלץ מער דעפּרעמירט וועגן דער צוקונפֿט פֿון דער מענטשהייט בכלל און פֿון אייראָפּע בפֿרט, האָט ער אין 1941 באַצייכנט בראַזיל ווי „דאָס לאַנד פֿון דער צוקונפֿט.‟ דער בראַזיליאַנער סאָציאָלאָג בערנאַרדאָ סאָרזש האָט לעצטנס צוגעגעבן, אַז דאָס פֿאַרטיפֿן זיך אין דער בראַזיליאַנער קולטור איז זייער טעראַפּאַווטיק פֿאַר די ייִדן, ווײַל עס דינט ווי אַן אויסגעצייכנטער אַנטידאָט קעגן זייערע היסטאָרישע טראַוומעס. די סאַן־פּאַולער זינגערין ניקאָל באָרגער רעפּרעזענטירט דעם דאָזיקן אָפּטימיסטישן צוגאַנג דורכן זינגען ייִדישע לידער (סײַ טראַדיציאָנעלע, סײַ נײַע, אַרײַנגערעכנט אירע אייגענע שאַפֿונגען), מיט מוזיקאַלישע השפּעות פֿון איר בראַזיליאַנער היימלאַנד.
הערט זיך, למשל, צו צו איר נאָוואַטאָרישער, צפֿון־בראַזיליאַנער אַראַנזשירונג פֿונעם ליד „בולבעס‟, וואָס באַטאָנט דעם גײַסט פֿונעם ליד.
באָרגער געפֿינט זיך איצט אין ניו־יאָרק, וווּ זי וועט האַלטן צוויי קאָנצערטן. אינעם ערשטן קאָנצערט, וואָס וועט פֿאָרקומען שבת, דעם 14טן סעפּטעמבער, אויפֿן „אָפּער־וועסט־סײַד‟, וועט זי פֿאָרשטעלן איר אייגענעם רעפּערטואַר פֿון ייִדישע לידער געזונגען אויף ייִדיש און פּאָרטוגעזיש מיט אַ בראַזיליאַנער טעם. און מאָנטיק, דעם 16טן סעפּטעמבער אין דער ניו־יאָרקער שטאָטישער ביבליאָטעק אויף דער 42סטער גאַס, וועט זי האַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן די ייִדישע לידער פֿון דרום־אַמעריקע, אין וועלכן זי וועט באַקענען דעם עולם מיט די שאַפֿונגען פֿון דרײַ דורות דרום־אַמעריקאַנער ייִדן.
ניקאָל באָרגער איז אויך די הויפּט־פּראָדוצענטקע פֿון „קלעזטיוואַל‟, דער גרעסטער פֿעטסיוואַל פֿון ייִדישער מוזיק אין דרום־אַמעריקע, וואָס קומט הײַיאָר פֿאָר צום צענטן מאָל.
איך האָב זיך געטראָפֿן מיט ניקאָל, כּדי אַרומצורעדן איר מוזיק, „קלעזטיוואַל‟, און איר פּראָיעקט „ייִדיש — אַ פֿאַרגעניגן‟.
אַלעקס: ווי אַזוי האָט איר זיך פֿאַרליבט אין ייִדישע לידער?
ניקאָל: אין מײַנע קינדער־יאָרן האָט קיינער בײַ אונדז אין דער היים ניט גערעדט קיין ייִדיש. דער טאַטע איז געבוירן און דערצויגן אין ניו־יאָרק. זײַנע עלטערן זענען געקומען פֿון אוקראַיִנע בײַם אָנהייב פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט אָבער זייערע קינדער האָבן קיין סך ייִדיש ניט געקענט. דער טאַטע פֿון דער מאַמעס צד איז געווען אַ רבֿ פֿון ווין. ס׳דאַכט זיך מיר, אַז ער האָט געקענט ייִדיש, אָבער מיט די אייניקלעך האָט ער גערעדט בלויז פּאָרטוגעזיש אָדער העברעיִש. איז אַחוץ אַ פּאָר וויצן און קאָמישע ווערטער, האָב איך קיין סך קאָנטאַקט מיט ייִדיש ניט געהאַט. אַוודאי האָב איך גוט געוווּסט, ווער עס זענען געווען י. ל. פּרץ, שלום־עליכם, באַשעוויס און מאַרטין בובער, און איך האָב געלייענט אַ סך פֿון זייערע ווערק, אָבער בלויז אויף פּאָרטוגעזיש אָדער ענגליש.
מײַן קאַריערע ווי אַ זינגערין איז געווען אַ ביסל אַ שטורעמישע. לכתּחילה האָב איך געזונגען ישׂראלדיקע און חסידישע לידער. דערנאָך האָב איך דורכגעמאַכט אַ פֿאַזע פֿון זינגען לידער אויף דזשודעזמע. און דערנאָך „נועוואַ קאַנסיאָן‟ (טראַדיציאָנעלע פֿאָלקסלידער און פֿאָלקסטימלעכע נײַע שאַפֿונגען פֿון טשילע, שפּאַניע און אַרגענטינע פֿון די 1960ער־1980ער יאָרן), „פֿאַדאָ‟ (אַ מין פּאָרטוגעזיש פֿאָלקס־געזאַנג), אַ ביסל דזשעז, אַ ביסל קלאַסישע מוזיק און בראַזיליאַנער מוזיק. ערשט דעמאָלט, האָב איך אָנגעהויבן רעקאָרדירן מײַנע אייגענע לידער. איין מאָל האָט מײַן שווער, וואָס קומט פֿון בערלין און האָט קיינמאָל פֿריִער ניט געהאַט אַרויסגעוויזן קיין אינטערעס צו ייִדיש אָדער ייִדישע לידער, מיך געפֿרעגט, פֿאַר וואָס איך זינג ניט קיין לידער אויף ייִדיש. און דאָס האָט פּלוצלינג אָנגעצונדן אין מיר אַ ברען צו דער ריזיקער וועלט פֿון ייִדיש געזאַנג, וואָס איז מיר ביז דעמאָלט נאָך געווען אין גאַנצן אומבאַקאַנט. עד־היום נאָך 12 יאָר בין איך נאָך אַלץ פֿאַרכּישופֿט פֿון דער ברייטקייט און טיפֿקייט פֿון דער ייִדישער מוזיק.
אַלעקס: אויף וועלכע מוזיקאַלישע פּראָיעקטן אַרבעט איר איצט?
ניקאָל: דעצעמבער קער איך זיך אום קיין ניו־יאָרק, כּדי בײַצוזײַן אויף „ייִדיש־ניו־יאָרק‟, און ממשיך צו זײַן אַ פּראָיעקט מיט פֿרענק לאָנדאָן צו רעקאָרדירן נײַע לידער, וואָס מיר האָבן אָנגעהויבן פֿאַרגאַנגענעם יאַנואַר. דערנאָך וועל איך אויפֿטרעטן אין ישׂראל.
מיר האָבן געוואָלט מאַכן עפּעס ספּעציעלס כּדי צו פֿײַערן דעם 10טן יאָרגאַנג פֿון אונדזער אינטערנאַציאָנאַלן פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישער מוזיק, „קלעזטיוואַל‟. דער ציל איז געווען צו פֿאַרזאַמלען אַלע זינגער און מוזיקער, וואָס זענען געקומען אויפֿן פֿעסטיוואַל במשך פֿון די לעצטע 10 יאָר. זעענדיק אַז דאָס איז אוממעגלעך, האָבן מיר געבעטן בײַ אַלעמען אַרײַנצושיקן אַ רעקאָרדירונג פֿון זייערס אַ ליד און פֿון דעם האָט מען געשאַפֿן אַן אַלבאָם פֿון דרײַ קאָמפּאַקטלעך, וואָס דינט ווי אַ פּאַנאָראַמיש בילד פֿון דער ייִדישער מוזיק אין אַלע עקן וועלט. דער אַלבאָם נעמט אַרײַן בסך־הכּל 50 לידער.
אונדזער 10טער פֿעסטיוואַל וועט פֿאָרקומען אין סאַן־פּאַולאָ, פֿונעם 26סטן אָקטאָבער ביזן 3טן נאָוועמבער.
אַלעקס: וואָס זענען אײַערע האָפֿענונגען און פּלענער פֿאַר „קלעזטיוואַל‟?
ניקאָל: „קלעזטיוואַל‟ האָט שוין דערגרייכט אַ סך זאַכן במשך פֿון זײַנע ערשטע צען יאָר. ס׳איז דער גרעסטער פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישער מוזיק אין דרום־אַמעריקע, און אַ וויכטיקע דאַטע אויפֿן קולטור־קאַלענדאַר פֿון סאַן־פּאַולאָ בכלל. מיר האָבן אַפֿילו איבערגעצײַגט דעם שטאָטראָט צו פּראָקלאַמירן דעם 4טן נאָוועמבער פֿאַרן „טאָג פֿון ייִדישער מוזיק‟.
הײַיאָר האָבן מיר לאַנצירט אַ קאָמיטעט פֿון יונגע לײַט, כּדי צוצוציִען דעם ייִנגערן דור אויף אונדזערע אונטערנעמונגען. במשך פֿונעם יאָר טרעטן מיר אַרויס בײַ מענטשן אין דער היים און דאָס דערמעגלעכט מער מענטשן זיך צוצוהערן צו ייִדיש געזאַנג. מיר האָבן אָנגעהויבן אַ קלעזמערקורס פֿאַר מוזיקער און אונדזערע פּראָגראַמען זענען אַ טייל פֿונעם לערנפּלאַן פֿון אַ חשובֿער קאָנסערוואַטאָריע. די שווערסטע אויפֿגאַבעס זענען דאָס שאַפֿן געלט און דאָס פֿאַראינטערעסירן די יונגט, וואָס זענען, לויט מײַן מיינונג, צווישן די שווערסטע זאַכן פֿאַר אַלע אָרגאַניזאַציעס אויף דער וועלט.
אַלעקס: דערציילט אַ ביסל וועגן אײַער פּראָיעקט „ייִדיש: אַ פֿאַרגעניגן‟.
ניקאָל: אין סאַן־פּאַולאָ געפֿינט זיך איצט אַ מוזיי געווידמעט דעם חורבן און די ייִדישע אימיגראַנטן, וואָס האָבן זיך באַזעצט אין בראַזיל. אין גיכן וועט מען עפֿענען נאָך אַ ייִדישן מוזיי, זייער אַ שיינעם. דער אַרכיוו פֿון ייִדישער געשיכטע וועט אַריבערגעפֿירט ווערן אינעם נײַעם ייִדישן מוזיי, און אַזוי אַרום וועט ער קענען ווײַטער דאָקומענטירן דאָס בראַזיליאַנער ייִדיש לעבן. ס׳איז מיר אַ כּבֿוד אָנטייל צו נעמען אין דעם.
„ייִדיש: אַ פֿאַרגעניגן‟ איז אַן איניציאַטיוו פֿונעם אַרכיוו, אין וועלכן מענטשן קומען זיך צונויף צו שמועסן אַ ביסל אויף מאַמע־לשון, זינגען בציבור און הערן פּאָעזיע, זינגען, באַטייליקן זיך אין ייִדישע שפּילן, זען ייִדישע פֿילמען און אינסצענירן קורצע פּיעסעס. אויף דער לעצטער סעסיע האָט מען געוויזן אויסצוגן פֿון דער טעלעוויזיע־פּראָגראַם „שטיסל‟ און מע האָט אַרומגערעדט דעם באַטײַט פֿון ייִדיש אינעם דיאַלאָג; פֿאַר וואָס די העלדן פֿילן אונדז אַזוי באַקאַנט, ניט געקוקט אויף דעם, אַז זיי זענען אַ סך פֿרימער ווי מיר, און פֿאַר וואָס די סעריע פֿאַרינטערעסירט מענטשן — סײַ ייִדן, סײַ ניט־ייִדן — אין אַלע עקן וועלט.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO