Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

כּי תצא למלחמהIf You Go Out To War

הגם דער תּנ״ך איז פֿול מיט גוואַלד־מעשׂים און מלחמות, רופֿט עס צו פֿאַרוואַנדלען געווער אין אַקער־אײַזנס.

אונדזער פּרשה הייבט זיך אָן מיט זייער אַן אומגעוויינטלעכן, קאָנטראָווערסאַלן ענין. דער אייבערשטער האָט געזאָגט משה רבינו, אַז ווען ייִדן האַלטן אַ מלחמה קעגן זייערע שׂונאים, מעג אַ ייִדישער סאָלדאַט פֿאַרכאַפּן אַ שיינע פֿרוי, אַ „יפֿת־תּואר‟, כּדי מיט איר חתונה צו האָבן.

די חסידישע און פֿילאָסאָפֿישע ספֿרים טײַטשן דעם דאָזיקן ענין אָפּ אויף אַן אַלעגאָרישן אופֿן. די שיינע פֿרוי איז דײַן אייגענער יצר־הרע; ווען דו פֿירט אַן אינערלעכן קאַמף קעגן דײַנע שלעכטע תּאוות, קאָנסטו זיך געבן אַן עצה און „פֿאַרכאַפּן‟ זיי, אויסנוצן לשם־שמים און פֿאַרוואַנדלען אין אַ סטימול אין עבֿודת־השם.

קלינגען קלינגט עס שיין אָבער דער רמב״ם דערקלערט די הלכות פֿון דער דאָזיקער מיצווה אין גאַנצן על־פּי פּשט. אַ ייִדישער סאָלדאַט מעג, לויטן רמב״ם, האָבן אַן אינטימע באַציִונג מיט אַ נישט־ייִדישער פֿרוי, וועלכע איז אים געפֿעלן געוואָרן, אויב אַפֿילו זי איז אַ חתונה־געהאַטע. נאָכן פֿאַרכאַפּן זי, דאַרף ער אָפּוואַרטן דרײַ חדשים, האָפֿנדיק, אַז זי וועט מסכּים זײַן צו ווערן אַ גיורת און מיט אים חתונה צו האָבן. אויב זי וויל עס נישט – שיקט מען זי אַוועק.

די חז״ל זאָגן אָבער, אַז הגם טעאָריעטיש גערעדט קאָן אַזאַ סיטואַציע זײַן מותּר על־פּי דין, טאָר מען נישט אַזוי טאָן לכתּחילה. דערצו, גייט דאָ אַ רייד בלויז וועגן די אַמאָליקע צײַטן, ווען אַ נבֿיא אָדער דער סנהדרין האָט געהאַט דאָס רעכט אָנצוהייבן אַ מלחמה מיטן רשות פֿונעם אייבערשטן אַליין. קאָן מען זיך פֿאָרשטעלן אַ סיטואַציע, ווען אַ פֿרוי, וואָס איר מאַן איז איר נימאס געוואָרן, אַנטלויפֿט פֿרײַוויליק צו אַ מיליטערמאַן פֿון אַ פֿרעמדער אַרמיי. די מפֿרשים דערקלערן, אַז אַזאַ „יפֿת־תּואר‟ מוז האָבן אַ ייִדישע נשמה; דער ייִדישער סאָלדאַט זעט פֿאַר איר אויס ווי אַ באַפֿרײַער. אויפֿן סמך פֿון אַזעלכע רעאַלע פֿאַלן האָט מען געשאַפֿן אויסגעטראַכטע ראָמאַנען און פֿילמען.

נישט געקוקט אויף אַלע תּירוצים, זענען אַלע קלאַסישע ייִדישע דענקער מסכּים, אַז די תּורה דערציילט אונדז וועגן זעלטענע, אומגעוויינטלעכע, איינצלנע פֿאַלן פֿון אַמאָל. אינעם פּראַקטישן זין בלײַבט די מיצווה אַקטועל בלויז ברוחניות: צו פֿאַרוואַנדלען — סובלימירן — די אייגענע שלעכטע תּאוות.

אַגבֿ, זאָגט שלמה המלך אינעם ספֿר קהלת: „זה לעומת זה עשה האלקים‟, דער באַשעפֿער האָט געשאַפֿן איין זאַך קעגן דער צווייטער, כּדי צו ווײַזן דעם חילוק צווישן גוטס און שלעכטס. דער הײַנטיקער שבת, י״ד באלול, למשל, איז דער טאָג, ווען די נאַציס האָבן געפֿונען, פֿאַרכאַפּט און פֿאַרשיקט אַנע פֿראַנק קיין אוישוויץ. נישט צוליב איר שיין פּנים האָט די נאַציסטישע מאַכט־מאַשין זי פֿאַרכאַפּט און פֿאַרניכטעט…

דער תּנ״ך איז פֿול מיט בלוטיקע געשיכטעס, וואָס די קריטיקער מעגן באַטראַכטן ווי מלחמה־פֿאַרברעכנס. דער אייבערשטער האָט געהייסן פּטור צו ווערן פֿון די זיבן פֿעלקער, וואָס האָבן באַזעצט ארץ־כּנען. די חז״ל דערקלערן אָבער, אַז ווען יהושע בן נון האָט אַרײַנגעפֿירט זײַן פֿאָלק אינעם לאַנד, האָט ער געגעבן די דאָזיקע פֿעלקער אַ ברירה: זיך מגייר צו זײַן; אַנטלויפֿן אָדער פּשוט פֿירן זיך מענטשלעך און אָפּלאָזן זייער עבֿודה־זרה. נאָר קעגן די, וואָס האָבן פּרינציפּיעל נישט געוואָלט זיך אָפּזאָגן פֿון געצן־דינערײַ, האָט מען געקעמפֿט מיט אַ שווערד. סײַ פֿונעם תּנ״ך, סײַ פֿון אַרכעאָלאָגישע געפֿינסן ווייסן מיר, אַז למעשׂה האָבן די כּנענים ווײַטער געלעבט מיט ייִדן אין ארץ־ישׂראל.

נאָכן באַזוכן קאַרטאַגען, אַ כּנעניש לאַנד אין צפֿון־אַפֿריקע, האָט דער רוימישער סענאַטאָר קאַטאָ אָנגעהויבן שליסן אַלע זײַנע רעדעס מיטן רוף צו צעשטערן אָט־דאָס לאַנד. די תּושבֿים פֿון קאַרטאַגען האָבן עס אַליין גערופֿן קרתּ־חדשתּ, „די נײַע שטאָט‟. די כּנענישע דיאַלעקטן זענען געווען ענלעך צו לשון־קודש.

די רוימישע קולטור איז געווען גענוג אַכזריותדיק, אָבער אַפֿילו די רוימער האָבן נישט געקאָנט פֿאַרטראָגן, אַז אין קאַרטאַגען האָט מען, למשל, געבראַכט מענטשן ווי קרבנות צו אָפּגעטער.

מע קאָן זיך טאַקע פֿאָרשטעלן אַ רעאַליסטישן סצענאַר, ווען אַ כּנענישע פֿרוי, דערצויגן אין אַזאַ ווילד אַכזריותדיקער סבֿיבֿה, וואָלט זיך אָפּגעגעבן מיט פֿאַרגעניגן אַ ייִדישן סאָלדאַט און מיט אים חתונה געהאַט. סוף־כּל־סוף, האָט יהושע בן נון אַליין חתונה געהאַט מיט רחבֿ, אַ געוועזענע כּנענישע זונה.

פֿון דעסט וועגן, באַטאָנען אַלע מפֿרשים, אַז למעשׂה טאָר מען נישט פֿאַרכאַפּן קיין „יפֿת־תּואר‟. דער עיקר־אימפּעט פֿון דער ייִדישער טראַדיציע האָט אויסגעדריקט דער נבֿיא ישעיה אין זײַן באַרימטן פּסוק: „וכתּתו חרבֿותם לאתּים‟, אַבי מע זאָל איבערשמידן דאָס געווער אין אַקער־אײַזנס.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.