ווידעאָ: מנשה סקולניק זינגט „מיט פֿערציק יאָר צוריק‟WATCH: Menashe Skulnik Performs “Forty Years Ago”
דער גרויסער קאָמיקער באַקלאָגט זיך וועגן זײַן גורל אינעם הומאָריסטישן ליד.
מנשה סקולניק איז געווען, צוזאַמען מיט מאָלי פּיקאָן, פֿײַוויש פֿינקעל, יוסף בולאָף און לעאָ פֿוקס, איינער פֿון די גרעסטע שטערן פֿון דער גאָלדענער תּקופֿה פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדישן טעאַטער, וואָס איז געוואָרן אַ שטערן אויף „בראָדוויי‟ און אויפֿן ראַדיאָ.
אַ געבוירענער אין וואַרשע, איז סקולניק צו צען יאָר אַוועקגעלאָפֿן פֿון דער היים, כּדי צו שפּילן אין אַ צירק. נאָכן באַזעצן זיך אין פֿילאַדעלפֿיע איז ער, אַ קליינטשיקער ייִד מיט אַ הויכן הייזעריקן קול, געוואָרן באַקאַנט פֿאַרן שפּילן נעבעכדיקע פּאַרשוינען אין דער זעלביקער טרופּע ווי מאָלי פּיקאָן. די אַמעריקאַנער פּרעסע האָט אים אָפֿט באַצייכנט ווי דער „ייִדישער טשאַרלי טשאַפּלין‟ אָבער ער האָט ניט געהאַלטן פֿונעם צונאָמען. „איך שפּיל דעם שלומיאל, דעם טיפּש,‟ האָט ער דערקלערט אַ רעפּאָרטער. „עס געפֿעלט מיר ניט, וואָס מע רופֿט מיך ׳דער ייִדישער טשאַרלי טשאַפּלין׳. טשאַפּלינס טיפּש איז אַ שטיקל מאדים. ער ווייסט ווי אַזוי אונטערצוקויפֿן אַ מענטש. איך בין אין גאַנצן אַ שלומיאל, גאָרניט מער און גאָרניט ווייניקער.‟
אויף ייִדיש איז סקולניק געווען באַקאַנט פֿאַרן שפּילן מענער, בײַ וועמען אַלץ גייט זיי מיטן פּוטער אַראָפּ. אין עטלעכע פֿון זײַנע אַבסורדישע לידער, דערקלערט ער פֿאַר וואָס ער דאַרף באַצאָלן געלט אויסצוהאַלטן קינדער פֿון מאַמעס, וועמען ער האָט קיינמאָל ניט אָנגערירט; פֿאַר וואָס ער ווערט אַרויסגעוואָרפֿן פֿון יעדער דירה, ניט געקוקט אויף דעם, וואָס ער באַצאָלט שטענדיק דירה־געלט; און ווי זײַן כּלה איז געגאַנגען צו קינד גלײַך אונטער דער חופּה. זײַן באַנעבעכן זיך און באַקלאָגן זיך וועגן אַלצדינג האָט משפּיע געווען אויף אַ צאָל אַמעריקאַנער קאָמיקער ווי ראָדני דאַנדזשערפֿילד (פֿון דער היים: יעקבֿ כּהן).
אויף דער ברייטער אַמעריקאַנער גאַס איז סקולניק צום מערסטנס באַקאַנט אַ דאַנק זײַנע 19 יאָר אויף דער באַרימטער ראַדיאָ־פּראָגראַם „די משפּחה גאָלדבערג‟. אַן עפּיזאָד, אין וועלכן ער שפּילט פֿרוי גאָלדבערגס פֿעטער דוד, קען מען הערן אונטן:
נאָך צוויי טיפּישע לידער פֿון מנשה סקולניק קען מען הערן אונטן:
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO