Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

מאי קאָ משמע לן אַ גרין העמדל?So Tell Me, Rebbe, What Does a Green Shirt Mean?

לויט דער חסידישער טראַדיציע זענען געוויסע קאָלירן פֿאַררעכנט פֿאַר בפֿירוש ייִדישע און אַנדערע — נישט.

ס׳איז מיר לעצטנס צופעליג אריינגעפאלן אין די הענט א גרינער טי־שערט (זומער־העמד). גרין איז דוקא א זייער פרעמד קאליר פאר מיר. איך רעד בגדים’ווייז, הערסטו, פון שווארץ און ווייס צו גרין. נאך דערצו א פלארעזירנט סעלערי גרין ווי א רעכטער ירק, איז א שטיקל מהלך. ביז איך האב געפויעלט ביי זיך צו טראגן א העמד אדער לייכטער טי שירט פון בלויליך און גרוי. אבער געל, רויט אדער גרין, איז שוין צו ווייט, זיי זענען שרייעדיגע און פראסטאקע קאלירן, הפקרות’דיג און יוגנטליך. פאר די זעלבע סיבה טראג איך דאך נישט קיין העמד מיט גרויסע אויפשריפטן, אדער מיט א שטארק אויפאלענדער מאדעל.

איז מיר דער גרינער אריינגעפאלן אין די הענט אזוי צופעליג, האב איך צום סוף געוויזן א לעקיש און אים אנגעטון, זאל זיין אזוי, וועמען גייט עס אן, און פאר מיר וועט נישט שאטן זיך אביסל צו עפענען מיט קאלירן, עס קען נאך זיין געזונט פאר מיין נפש וואס איז שטעקן געבליבן ביי שווארץ און ווייס. און אז איך בין פונקט געווען דערביי צו אקטואליזירן מיין פייסבוק בילד, זאל שוין זיין א בילד אזוי. 

קריג איך א באמערקונג פון עמיצן: „אהא, גרין גייסטו גאר.‟

„יא, איך ווייס, גרין שיינט זייער גויאיש.‟

באשליס איך צו זוכן „גרין‟ אין די אידישע מקורות. נישטא. ביי אידן געפינט מען נאר פיר קאלירן: לבן, תכלת וארגמן און שני, ד״ה קאלירן וועלעכע זענען אומגעפער ווייס, בלוי, פורפל און רויט. מען קען אפשר אויך צולייגן די נאטירליכע קאלירן פון גאלד, זילבער, און האלץ, ד״ה געלבליך, גרויליך, און ברוינליך. זיי זענען אלע די קאלירן פון די בגדי כהונה און די כלי המשכן. גרין געפינט מען מעגליך בלויז ביים גויאישן אחשורוש פון די מגילה וואס האט ביי זיינע בעלער באהאנגען די זיילן מיט אביסל „כרפס‟. לויט קינג דזשעימס ביבל, מיינט כרפס גרין. נו, איז עס דאך אחשורוש. אן אויסנאם איז דער חושן און די דגלים, דארטן געפינט מען יא גרין: דער שטיין פטדה, קעגן שבט שמעון איז גרין, און דער פאן, אויכעט פון שבט שמעון איז ווידער גרין. ווייזט אויס אז שמעון מיט גרין גייען אינאיינעם. 

דורך וויקיפעדיעס הערות, שטויס איך מיך אן אינעם ספר נפש החיים פון ר’ חיים פאלאגי, רעדט ער א לענגס און א ברייטס איבער דעם קאליר גרין. גרין איז נישט אזא כשר’ער קאליר, דערקלערט ער, און ברענגט ראיות, טאקע פון שבט שמעון’ען. דאס גרין פאר די שמעונים איז געווען א סימן פון שאנדע וואס זיי האבן זיך פארדינט צוליב זייערע בייזע מעשים. נאך ברענגט ער פון מקובלים, אז די אדומיים האבן אויסגעקליבן דעם קאליר רויט; די ישמעאלים — גרין, זייערע פענער זענען דאך גרין; ווידער די אידן — ווייס און בלוי. 

שטעלט זיך די קשיא, אויב איז גרין אזא סימן פון שלעכטס, פארוואס שטייט געשריבן אז אסתר איז געווען א גרינע? אויכעט דער אתרוג שטייט דארף זיין גרין. זאגט ער, ניין ניין, עס מיינט נישט דער גרין וואס אונז רופֿן מיר גרין, יענץ איז אן אומרייפער; דער רייפער גרין איז געל, גאלדליך, אט דאס איז א שיינער גרין. אזוי האט אסתר המלכה אויסגעזען און אזוי ברויך אן אתרוג אויסצוזען. אבער דער אומרייפער גרין, שרייבט ער, איז פאר די אראבער. פאלאגי ווייזט זיך אויס האט נישט געהאט קיין גינסטיגער מיינונג אויף די ישמעאלים.

אויב לויט דעם מחבר, טאמער איז געל יא א חשובער קאליר, ווי וואלט געווען ווען איך טראג א געלער טי־שערט? איך פרעג דאס מיט א זייטיגן קנייטש מיטן אויג, ווייל אז עס קומט צו טי־שערטס, זענען געל און גרין די זעלבע, זיי גיבן ביידע א גאסנדיגער אנבליק. א צווייטער וועט אפילו אנמערקן אז געל איז די קאליר וואס די אנשי תחילת העולם, די מזרח פעלקער, די כינעזער, האבן אויסגעקליבן. איז הכלל אויכעט געל א קאליר פֿאר די אומות העולם, א נישט אידישע.

גראדע איז דא איין געלער מלבוש וואס איז חשוב ביי חסידים איבער די וועלט, דאס איז א געלבליכער טלית קטן און טלית. כאטש מען רופט זיי „ווייסע טליתים‟, זענען זיי אין די אמאליגע יארן געווען געל. א טלית וואס איז צו ווייס וועט ביי אמאליגע חסידים באטראכט ווערן אביסל אויסגעפיצט אדער פארהיינטיגט. האט איר אמאל געזען דעם פארצייטישן כניאקישן מתפלל שטייענדיג איינגעבויגן איבער אן אלט סידור’ל וואס איז אליין געמאכט מיט געלע בלעטער? וואס פארא טלית זעט איר באדעקט זיין אנגעשטרענגטן פארהויקערטן רוקן, א ווייסן אדער א געלן? אודאי א געלן, א גראבער געלער טערקישער טלית! ווי קען עס דען געמאלט זיין אנדערש? און מיט וואס פאר א ציצית זעט איר מאטקען דער מכניס אורח זיך ארום דרייען און פארברענגען צווישן די אורחים, מיט א ציכטיג ווייסער, אדער מיט א היימיש געלער, אזוינס וואס צייגט סימנים פון א חסידיש לעבן?!

כ’וועל זיך אבער נישט נארן און פארגלייכן די געל פון א טלית צו, להבדיל, די געל פון אַ טי־שערט. א געלער ציצית גיט אן איינדרוק פון אלטקייט, פארצייטישקייט. עס איז גאלדליך, האניגליך, טאקע ווי דער ירושלים’ער קאפטן. דער געלער טי־שערט ווידער איז א לימענע געל, א שטיפט געל, אזא גויאישער געל.

אבער זאל איך שוין אנטון א טי־שערט מיט א האניג גאלדליכער פארב, אזיינס וואס דערמאנט גאר די בגדי קודש, דעם געלסטן טערקישסטן טלית, ווער רעדט טאמער גלאנצט עס גאר ווי ראש השנה’דיגע האניג, וואלט אזא טי־שערט געשיינט כשר’ער? עס וואלט מיר דאן עמיצער זיכער געברענגט א מקור אז דאס גאלדליכקייט דערמאנט גאר דעם גאלדענעם קאלב פונעם חטא העגל. 

און רבותי, ווי איר קענט זיך פארשטעלן, נישט יעדער קאליר פון די תורה איז טאקע אזוי הייליג. נעם למשל טאקע רויט, דאס איז שוין א משכן קאליר, אבער גלייכצייטיג דאס קאליר פון אדום, עשיו. רויט איז דאך א סימן פון חטאים. חסידישע צדיקים און רבנים פלעגן מעורר זיין אז זיך קליידן אין רויט איז חוצפהדיג, שרייעדיג, גויאיש, און איז מעורר דינים. פונדעסטוועגן מעגן היינט פרוכת’ן און ספרים דעקלעך זיין רויט, און קעגן אן עין הרע מעגן קינדער טראגן א רויט בענדל. אן אלטער רויטליכער אפגעניצטער שטריימל, וואס מען רופט א מצה שטריימל, טראגט דער זעלבער כניאקישער געלער טערקישער-טלית איד, איז חשוב ווי א סימן פון פארצייטישקייט. נו, פארט פארמאגט רויט א מקור אינעם משכן.

צוריק צו אונזער גרין, דער אזוי אומ’יידישער קאליר: צי האב איך דען געזען ווייניג פרוכת’ן, עמוד און בימה צודעקן, ספר תורה מאנטלען, אין גרין? טאקע א טונקעלער ערנסטער גרין, אבער פארט גרין. אזוי איז געווען אין מיין שיל — א גאנץ יאר זענען די סאמעטענע פרוכתן און עמוד און בימה צודעקער געווען גרינליך, אויסגעשטיקט מיט גאלדענע אדער זילבערנע לייבן און באפינקלט מיט אבנים טובות פון כלערליי קאלירן, און אום ימים נוראים — ווייס. אויכעט פילצאליגע ספרים פארמאגן גרינע דעקלעך, און דאכט זיך אז אויך רבישע בעקעשעס קענען פארמאגן גרין אין זיך. נו, איז דאך גרין נישט אזא עבירה ביי אידן? אבער לאמיר שוין זאגן אז דוקא א שארפער ליכטיגער גרין, דאס איז שוין נישט אין ארדענונג. 

טענה’ן די אראבער: גרין דערמאנט נאטור, אז מיר קומען אלע פון דער ערד ווי די גראז און ביימער. דערויף זאגט ר’ חיים: אבער מיר אידן ניצן בלוי ווייל עס דערמאנט דעם הימל, און אממערסטנס ניצן מיר ווייס ווי די הימלישע ברואים. ער ברענגט פארשידענע גמרות אז אידן זענען בפירוש ווייס קליידיג. א ראיה האט איר: אפילו דער רבונו של עולם קליידט זיך אין א ווייסן טלית.

אזוי פיל איז אבער ברור. אלע דערמאנטע קאלירן, די אומגינסטיגע, זענען זיכער בעסער ווי קליידונג אין שווארץ — דער קאליר פון שדים. 

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.

If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.

Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism. 

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.