Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

וואָס זשאָן ד’אַרק און מוחמד האָבן בשותּפֿותWhat Joan of Arc and Mohammed Have In Common

די חז״ל זאָגן קלאָר, אַז צווישן נישט־ייִדן טרעפֿן זיך אויך נבֿיאים.

שטעלט זיך פֿאָר אַן אומגעוויינטלעכע קאָמפּאַניע: דער איסלאַמישער נבֿיא מוכאַמאַד, די מיטל־עלטערלעכע פֿראַנצויזישע העלדין זשאַן ד׳אַרק און מערלין — דער לעגענדאַרער כּישוף־מאַכער, וועלכער פֿיגורירט אין די מעשׂיות וועגן דעם אוראַלטן קעלטישן קיניג אַרטור. הגם אַזאַ קאָמבינאַציע פֿון פּערסאָנאַזשן קלינגט ווי אַן אַנעקדאָט אָדער אַ סצענע פֿון אַ פֿאַנטאַסטישן פֿילם, פֿאַראייניקט זי אַ געוויסע כאַראַקטעריסטיק — נעמלעך, נבֿיאישע וויזיעס. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז זשאַן ד׳אַרק איז אָנערקענט געוואָרן ווי אַ נבֿיאה אין אַ ייִדישן קבלה־ספֿר מיט הונדערטער יאָר פֿאַר איר קאַנאָניזאַציע דורך דער קאַטוילישער קירך.

די געשיכטע פֿון אַ טראַגיש־אומגעקומען יונג מיידל, וועלכע האָט אָנגעפֿירט מיט גאַנצע באַטאַליעס, אַרויסווײַזנדיק אַ גרויסע סטראַטעגישע חכמה און אויסערגעוויינטלעכע בראַווקייט, איז געבליבן אַ וויכטיקער מאָטיוו אין דער אייראָפּעיִשער קולטור. פֿרידריך שילער, בערטאָלד ברעכט, בערנאַרד שאָו און מאַרק טווען האָבן איר געווידמעט גאַנצע ביכער. ווערדי און טשײַקאָווסקי האָבן געשאַפֿן וועגן איר אָפּערעס, אויפֿן סמך פֿון שילערס טראַגעדיע „די יונגפֿרוי פֿון אָרלעאַן‟.

ווייניקער מענטשן ווייסן, אַז זשאַן ד׳אַרק ווערט אויך דערמאָנט אין אַ קבלה־ספֿר. אַבֿרהם יגל (1553־1632), אַן איטאַליענישער ייִדישער דאָקטער, איז געווען איינער פֿון די אָריגינעלסטע ייִדישע פֿילאָסאָפֿן און מיסטיקער — אַן אייגנאַרטיקער רענעסאַנס־דענקער. די חז״ל זאָגן קלאָר, אַז צווישן נישט־ייִדן טרעפֿן זיך אויך נבֿיאים, און געבן אַזעלכע תּנ״כישע בײַשפּילן. דער רמב״ם שרײַבט אין זײַן „אגרת־תּימן‟, אַז „אַפֿילו אַן עמלקי‟ קאָן, אין פּרינציפּ, באַקומען אַ נבֿאוה.

אינעם „אגרת־תּימן‟ ווערט מוכאַמאַד אָנגערופֿן אַ „משוגענער‟. די דאָזיקע דעות רעפּרעזענטירט אָבער בלויז איין זײַט פֿון דער דיסקוסיע, וואָס די ייִדן אין די מוסולמענישע לענדער האָבן דעמאָלט געפֿירט, באַטראַכטנדיק די רעליגיע פֿון זייערע שכנים. דער אַדרעסאַט פֿונעם רמב״מס „אגרת־תּימן‟, איז געווען דער זון פֿון הרבֿ נתנאל אבן אַלפֿיומי — אַ פּראָמינענטער תּימנער רבֿ און פֿילאָסאָף, וועלכער האָט נישט לאַנג פֿאַרן רמב״מען געשריבן, אַז מוכאַמאַד איז געווען טאַקע אַן עכטער נבֿיא.

לויט אַלפֿיומיס מיינונג, שיקט דער אייבערשטער נבֿיאים צו אַלע פֿעלקער. אַדרבה, כּל־זמן די מוסולמענער צווינגען נישט זייער רעליגיע אויף ייִדן, איז זי פֿאַר זיי גאַנץ כּשר. אַלפֿיומיס ספֿר „גן־השׂכלים‟ אָדער „בוסתּן אַל־עקול‟ אין זײַן אָריגינעלן ייִדישן דיאַלעקט פֿון אַראַביש, איז פֿול מיט שיִיִטישע געדאַנקען און עלעמענטן פֿון קבלה. דער מחבר מישט צומאָל צונויף ציטאַטן פֿון גמרא און קאָראַן. דער רמב״ם איז אָבער נישט געווען מסכּים מיט אַזאַ צוגאַנג. זײַן אייגענער נישט־ייִדישער רבי איז געווען, ווי באַקאַנט, נישט מוכאַמאַד, נאָר אַריסטאָטל. להיפּוך, איז אַלפֿיומי געווען אַ פּלאַטאָניקער.

דער באַקאַנטער קבלה־מדרש „נסתּרות של רבי שמעון בר יוחאי‟ באַטראַכט אויך בפֿירוש מוכאַמאַדן ווי אַ נבֿיא. לויטן דאָזיקן טעקסט, האָט דער מלאך מט״ט אַנטפּלעקט רבי שמעונען, ווען ער האָט זיך אויסגעהאַלטן פֿון די רוימער אין אַ הייל, אַז דער אייבערשטער וועט שיקן אַ נבֿיא צו די אַראַבער, כּדי צו באַפֿרײַען די ייִדן אין ארץ־ישׂראל פֿון דער אַכזריותדיקער קריסטלעכער מאַכט. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז די אויסבויונג פֿונעם מעטשעט „אַל־אַקסאַ‟ אויפֿן הר־הבית ווערט אינעם דאָזיקן מדרש אויך באַטראַכט ווי אַ טובֿה פֿאַר ייִדן — ווי אַ סימן פֿונעם מוסולמענישן נצחון איבער די קריסטלעכע פֿירער.

ס׳זעט אויס, אַז דער מדרש „נסתּרות של רבי שמעון בר יוחאי‟ איז אָנגעשריבן געוואָרן אין דער תּקופֿה פֿון די קרייץ־צוגן. ער איז גענוג באַקאַנט און אַרײַן אין דער קליינער זאַמלונג פֿון עזאָטערישע מדרשים, „ילקוט הרועים‟, פֿאַרעפֿנטלעכט אין וויליאַמסבורג מיט אַ הסכּמה פֿונעם פֿריִערדיקן סאַטמאַרער רבין, משה טייטלבוים.

ווײַטער שרײַבט יגל, אַז אינעם אוראַלטן ענגלאַנד האָט אַמאָל געוווינט אַ גרויסער חכם מיטן נאָמען מערלין, וועלכער האָט געקאָנט פֿאָרויסזאָגן די צוקונפֿט און געזען באַהאַלטענע סודות. אין זײַנע ספֿרים, האָט יגל כּסדר געפּרוּווט צו דערגרייכן אָנצוּווײַזן אַ האַרמאָנישע באַציִונג צווישן קבלה, וויסנשאַפֿט און וועלט־קולטור. צום בײַשפּיל, פֿירט ער דורך כּסדר פּאַראַלעלן צווישן קבלה און דער אַלט־גריכישער מיטאָלאָגיע.

אַבֿרהם יגלס אינטערעסאַנטסער ספֿר — „גיא חזיון‟ — האָט אָבער צו טאָן נישט מיט זײַנע טעאָריעס פֿון רעליגיעזן אוניווערסאַליזם, נאָר מיט זײַנע אייגענע מיסטישע וויזיעס. אין אַן אויסערגעוויינטלעך אָריגינעלן סטיל, שילדערט דער מחבר זײַנע נסיעות איבער הויכע הימלישע ספֿערעס צוזאַמען מיט זײַן טאַטנס נשמה. דער מחבר האָט אָנגעשריבן דעם דאָזיקן ספֿר, זיצנדיק אין טורמע צוליב געוויסע פּראָבלעמען מיט זײַנע געלט־עסקים.

„גיא חזיון‟ איז מיטאַמאָל געוואָרן אַן אַלעגאָרישער אויטאָביאָגראַפֿישער ראָמאַן, אַ קבלה־ספֿר און אַ פֿילאָסאָפֿיש ווערק. ס׳איז שווער צו פֿאַרשטיין, צי דער מחבר דערציילט טאַקע וועגן מיסטישע וויזיעס, צי ער נוצט אויס אַזאַ סימבאָליזם, כּדי מרמז צו זײַן אויף רעאַלע איבערלעבונגען. למשל, באַשרײַבט יגל, ווי ער האָט דערזען אַ מין מוזעס, וועלכע האָבן באַגלייט זײַן טאַטן. איינע פֿון זיי האָט געהאַט איבערמענטשלעך צוציִעוודיקע אויגן און זיך כּסדר געביטן — אָט איז זי אַ קליינע פֿייע, און אָט — אַ ריזין, וואָס קאָן פֿאַבלענדן די זון אין הימל. עס קאָן זײַן, אַז דער מחבר האָט טאַקע דערזען אַזעלכע וויזיעס, זיצנדיק אין אַ טורמע־קאַמער; עס קאָן אָבער אויך זײַן, אַז ער דערציילט אויף אַ סימבאָלישן אופֿן וועגן עפּעס אַן עכטער ליבע־מעשׂה, וואָס ס׳האָט אַמאָל מיט אים פּאַסירט.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.