ווידעאָ: ווי מע האָט געשאַפֿן די ייִדישע שולן אין מעקסיקעWATCH: How Mexico’s Yiddishist Schools Were Created
ניט בלויז אין אויסטראַליע האָט די „צישאָ‟־באַוועגונג אינספּירירט נײַע ייִדיש־שפּראַכיקע שולן מחוץ אייראָפּע.
די געשיכטע פֿון „צישאָ‟ — די צענטראַלע ייִדישע שול־אָרגאַניזאַציע אין פּוילן פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה — און איר השפּעה אויף דער מעלבורנער „שלום־עליכם־שול‟, איז לעצטנס געווען די טעמע פֿון אַ רעפֿעראַט אין ניו־יאָרק. „צישאָ‟ האָט ניט בלויז אינספּירירט שולן אין אויסטראַליע, נאָר אויך אין אַרגענטינע און מעקסיקע.
כאָטש ייִדיש איז הײַנט ניט קיין גרויסער טייל פֿונעם לערנפּלאַן בײַם מעקסיקאַנער Colegio Israelita, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן אין 1924, קענען הײַנט טויזנטער מעקסיקאַנער ייִדן גוט לייענען און שרײַבן ייִדיש אַ דאַנק דער דערציִונג, וואָס זיי האָבן דאָרטן באַקומען. (איינער פֿון זיי, אַרטוראָ קערבל־שיין, שרײַבט הײַנט פֿאַרן פֿאָרווערטס).
חיה טאָרנבערג, אַ געוועזענע דירעקטאָרשע פֿון דער שול, האָט גערעדט וועגן דער שולס געשיכטע בעת אַן אינטערוויו מיט קריסטאַ וויטני פֿאַרן „פּראָיעקט פֿון געשיכטע בעל־פּה‟ פֿונעם ייִדישן ביכער־צענטער. אַחוץ דער אינטערעסאַנטער טעמע וועלן די לייענער וואָס זענען ניט באַקאַנט מיטן מעקסיקאַנער ייִדיש אפֿשר געפֿינען פֿאַר אינטערעסאַנט ד׳׳ר טאָרנבערגס אַקצענט, וואָס איז, אַזוי ווי בײַ ס׳רובֿ געבוירענע ייִדיש־רעדנדיקע אין מעקסיקע, אַ ליטווישער, אונטער דערר השפּעה פֿונעם מעקסיקאַנער שפּאַניש. דעם גאַנצן אינטערוויו קען מען זען דאָ.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO