Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

„איך גיב אײַך הײַנט אַ ברכה און אַ קללה‟“Today I Give You a Choice: A Blessing Or a Curse”

די קרומע באַציִונג צו די מיצוות בין אָדם־לחבֿרו קען ווערן אַ קוואַל פֿון בפֿירושע קללות.

אין דער הײַנטיקער פּרשה רופֿט משה רבינו דאָס ייִדישע פֿאָלק צו זען די ברכה און די קללה, וואָס דער באַשעפֿער גיט פֿאַרן מקיים זײַן אָדער, חלילה, פֿאַרן עובֿר זײַן אויף זײַנע מיצוות. „ראה, אָנוכי נותן לפֿניכם היום ברכה וקללה‟ — זעט, איך גיב אײַך הײַנט אַ ברכה און אַ קללה.

ווי באַקאַנט, פֿאָקוסירט דער חומש „דבֿרים‟ אויף דירעקטע באַציִונגען צווישן דעם מענטש און דעם באַשעפֿער. דער רבונו־של־עולם האָט אָנגענומען משה רבינוס ווערטער ווי אַן אינטעגראַלן חלק פֿון זײַן תּורה, ווײַל משה האָט דערגרייכט די הויכע מדרגה פֿון אַ געטלעכן מענטש; די הייליקע שכינה אַליין האָט גערעדט דורך זײַן מויל.

אויב אַזוי, קאָן מען פֿאַרשטיין, אַז פֿון משה רבינוס דערהויבענער פּערספּעקטיוו האָט ער פּערזענלעך געזען די ברכות, וואָס קומען ווי אַ רעזולטאַט פֿונעם מקיים זײַן די מיצוות. אין אונדזער פּרשה לייענען מיר אָבער, אַז משה האָט אָנגעזאָגט די ייִדן דורכצופֿירן אַ קאָנקרעטן ריטואַל בעתן אַרײַנקומען אין ארץ־ישׂראל, כּדי יעדער זאָל משׂיג זײַן די דאָזיקע קאָנצעפּציע מיט זײַנע אייגענע אויגן. ווי די תּורה דערקלערט שפּעטער, האָבן זעקס ייִדישע שבֿטים געדאַרפֿט זאָגן אַ גאַנצע ריי ברכות אויפֿן באַרג גריזים, און די אַנדערע זעקס שבֿטים האָבן געשאָלטן די רשעים אויפֿן שכנותדיקן באַרג עיבֿל, כּדי אויף אַ גשמיותדיקן אופֿן צו שילדערן דעם חילוק צווישן שׂכר־מיצוות און דער שטראָף פֿאַר עבֿירות.

די חסידישע מפֿרשים אַסאָציִיִרן דעם נאָמען פֿון אונדזער סדרה מיט די ניסים פֿון מתּן־תּורה. די תּורה באַטאָנט, אַז ווען דער אייבערשטער האָט געגעבן די תּורה אויפֿן באַרג סיני, האָבן אַלע ייִדן געזען דאָס קול פֿונעם באַשעפֿער; די חז״ל דערקלערן, אַז דעם אייבערשטנס ווערטער האָבן זיך אין זייער שׂכל פֿאַרוואַנדלט אין וויזיעס.

הרבֿ אַריה קאַפּלאַן, דער באַקאַנטער וויסנשאַפֿטלעך־אָריענטירטער פּאָפּולאַריזאַטאָר פֿון קבלה און חסידות, האָט אין זײַנע ווערק מסביר געווען, אַז לויט דער מאָדערנער פּסיכאָלאָגיע זענען די דאָזיקע דבֿרי־חז״ל גאַנץ פֿאַרשטענדלעך. הגם אונדזער מוח באַהאַנדלט די אינפֿאָרמאַציע פֿון די אויערן און אויגן אויף באַזונדערע אופֿנים, איז דער פּראָצעס בעצם דער זעלבער. אין אויסעראָרדנטלעכע סיטואַציעס — און די מתּן־תּורה איז זיכער אַ גוטער בײַשפּיל דערפֿון — קאָנען אונדזערע חושים זיך צונויפֿשמעלצן. למשל, ווען מיר זעען אַ חלום און עצעמער פּרוּווט אונדז אויפֿצוּוועקן, ווערן די ווערטער פֿונעם דרויסנדיקן מענטש צומאָל פֿאַרוואַנדלט אין חלומדיקע וויזועלע פֿיגורן. אין דער הײַנטיקער פּסיכאָלאָגיע ווערן אַזאַ פֿענאָמען אָנגערופֿן „סינעסטעזיע‟.

די תּורה בלײַבט אָבער אַקטועל אין יעדן דור. הגם מיר זענען ווײַט פֿון משה רבינוס דערהויבענער מדרגה פֿון דבֿקות און פֿונעם מיסטישן שׂכל־צושטאַנד בעת דער מתּן־תּורה, זאָגט אונדז משה רבינו קלאָר, אַז אין אַ געוויסער מאָס קאָנען מיר אַלע זען די פּירות פֿון אונדזער עבֿודת־השם אין דער וועלט. די גײַסטיקע דערפֿאַרונג בײַם באַרג סיני בלײַבט אײַנגעקריצט אין אונדזערע נשמות, און מיר זענען טאַקע מסוגל צו זען מיט אונדזערע אויגן דעם באַשעפֿערס שפֿע פֿאַרן מקיים זײַן די מיצוות.

אין די פֿריִערדיקע צוויי סדרות האָבן מיר געלייענט די ווערטער פֿון דער וויכטיקסטער ייִדישער תּפֿילה: קריאת־שמע. צוויי מאָל אַ טאָג, מוזן מיר זיך דערמאָנען, אַז אַלץ אין דער וועלט איז אַ געטלעכע אַנטפּלעקונג. דער אות „ח‟ אינעם וואָרט „אחד‟ איז מרמז בגימטריא, אַז דער רבונו־של־עולם איז איינער אויף די זיבן הימלען און אויף דער ערד, און דער אות „ד‟ דערמאָנט אונדז, אַז אין אַלע פֿיר ריכטונגען אַרום אונדז און אין אַלע פֿיר עלעמענטן פֿון דער נאַטור דערשפּירט זיך דער געטלעכער כּוח. ווי רבי לוי־יצחק באַרדיטשעווער, דער באַרימטער חסידישער צדיק, זינגט אין זײַן ניגון „דודעלע‟, געפֿינען מיר איבעראַל דעם אייבערשטן און פֿאָרט בלײַבט ער פֿון אונדז באַהאַלטן. ווי דער בעל־שם־טובֿ האָט זיך אויסגעדריקט, ווען אַ בלאַט פֿאַלט אַראָפּ פֿון אַ בוים, איז עס אַ טייל פֿונעם געטלעכן באַשאַף־פּלאַן.

אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, זעען מיר יעדן טאָג מיט אונדזערע אויגן גאַנץ קאָנקרעטע ברכות און קללות אויף אַ גאַנץ פּשוטן אופֿן, אָן קיין הויכע עבֿודות און מעדיטאַציעס. אַדרבה, צום באַדויערן, זענען די מענטשן אָפֿטמאָל אַליין שולדיק אין דעם, וואָס דעם אייבערשטנס השגחה בלײַבט פֿון אונדז באַהאַלטן. ווען אין די נײַעס דערציילט מען שרעקלעכע ידיעות, דאַרפֿן מיר געדענקען, אַז די וועלט נייטיקט זיך אין אַ תּיקון. וואָס מער מיר זאָרגן זיך וועגן די מיצוות בין אָדם־לחבֿרו, אונדזערע עטישע פֿליכטן לגבי אַנדערע מענטשן, אַלץ קלאָרער זעען מיר מיט אונדזערע אויגן, ווי די וועלט ווערט אַ בעסער געבענטשט אָרט.

דער גרויסער מקובל און בעל־מוסר אלעזר אַזכּרי באַמערקט אין דער הקדמה צו זײַן „ספֿר־חרדים‟, אַז דער באַקאַנטער ספֿרדישער צדיק רבי יוסף סרגוסי האָט זוכה געווען צו דערגרייכן אַ הויכע מדרגה פֿון רוח־הקודש, ווײַל ער פֿלעגט אַרומלויפֿן אין צפֿת, כּדי שלום צו מאַכן אַפֿילו צווישן צופֿעליקע צעקריגטע אַראַבישע פּאָרפֿעלקער. אונדזער באַטייליקונג אינעם וועלט־תּיקון, לאַוו־דווקא אין אונדזערע אייגענע קהילות, ברענגט גאַנץ פּראַקטישע רעזולטאַטן סײַ אין דער אַרומיקער סבֿיבֿה, סײַ אין אונדזערע נשמות.

פֿון דער צווייטער זײַט, כּל־זמן ערגעץ אין דער וועלט הערשט שׂינאה און אומיושר, בלײַבן מיר אין גלות, פֿאַרזונקען אין סיטרא־אַחרא. אַדרבה, ווען אַ ייִדישע קהילה זאָרגט זיך בלויז וועגן אירע אינערלעכע ענינים, ווערט זי אָפֿט באַוואַקסן מיט אַ גאַנץ פּעקל קללות און צרות. אין אַ סבֿיבֿה, וווּ מע היט זיך אָפּ אויף כּלערליי אופֿנים פֿון דער „פֿאַרשאָלטענער‟ דרויסנדיקער וועלט, קריכן גרינג אַרײַן אינטריגעס, קריגערײַען און אַנדערע פּראָבלעמען; צוליב אַזאַ באַציִונג, נעבעך, קאָן מען אַליין פֿאַרשאָלטן ווערן. אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, קאָנען מיר גאַנץ קלאָר דערזען, אַז די וועלט נייטיקט זיך אין אונדזער גלאָבאַלער עבֿודת־התּיקונים; די לעכערדיקע און קרומע באַציִונג צו די מיצוות בין אָדם־לחבֿרו זענען אַ קוואַל פֿון בפֿירושע קללות.

עס באַקומט זיך, אַז וואָס שייך די צווישן־מענטשלעכע מיצוות, איז גאַנץ גרינג צו דערזען די ברכות און קללות, וואָס ס׳שטעקן אין זיי. די תּורה באַטאָנט אין אונדזער פּרשה, אַז דער אייבערשטער האָט פֿאַרטריבן די כּנענים און געגעבן זייער לאַנד צו ייִדן נישט צוליב די ייִדישע זכותים, נאָר צוליב די רישעותדיקע מעשׂים פֿון די אַמאָליקע כּנענישע פֿעלקער, וועלכע האָבן אויף עקסטרעם אַכזריותדיקע אופֿנים צעטראָטן די עטישע יסודות פֿון מענטשלעכקייט.

פֿון דער צווייטער זײַט, איז גאַנץ גרינג צו דערשפּירן די ברכה אין אַ היים, וווּ עס הערשט שלום־בית און פֿרידלעכע באַציִונגען מיט די שכנים. אין אַ שיל, וווּ אַלע מתפּללים זענען בשלום איינער מיטן צווייטן און האָבן דרך־ארץ פֿאַר דער אַרומיקער וועלט רוט אויך אַ געזונטע און געבענטשטע אַטמאָספֿער.

רבי פּינחס־אליהו האָראָוויץ דערקלערט אין זײַן „ספֿר הברית‟, אויפֿן סמך פֿון רבי חיים וויטאַל און אַנדערע קלאַסישע קבלה־קוואַלן, אַז אין אַ ברודערלעכער און פֿרײַנדלעכער געזעלשאַפֿט קאָנען אַפֿילו דורכשניטלעכע מענטשן דערגרייכן דעם רוח־הקודש. אויב מיר זענען מקיים ווי געהעריק די מיצוות בין אָדם־לחבֿרו, קענען מיר אויך דערזען די ברכה, וואָס שטעקט אין די מיצוות בין אָדם־למקום, ריין־גײַסטיקע באַציִונג־ענינים צווישן דעם מענטש און דעם אייבערשטן. כּדי צוצוקומען אויף וויפֿל מע קען צו דער שכינה־אַנטפּלעקונג און אויסצומײַדן די דערמאָנטע קהילה־פּראָבלעמען, מוזן מיר זיך קודם־כּל פֿאָקוסירן אויפֿן סאָציאַלן אַספּעקט פֿון דער תּורה, וואָס דערמעגלעכט צו זען דירעקטע פּאָזיטיווע רעזולטאַטן פֿון אונדזער עבֿודת־השם.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version