Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

דינה אַבראַמאָוויטש: פֿון ווילנע קיין ניו־יאָרקDina Abramowicz: From Vilna to New York

אַ רירנדיקער פּאָרטרעט פֿון דער ווילנע־דערצויגענער ייִוואָ־ביבליאָטעקערין, אָנגעשריבן פֿון איר אַמאָליקן מיטאַרבעטער, משה־זכריה בעקער.

You can hear this article read by Rukhl Schaechter, by clicking below

יעדעס מאָל וואָס איך לייען אַן אַנאָנס וועגן אַ נײַער אויסשטעלונג אין דער „נויע גאַלעריע‟, דער ניו־יאָרקער מוזיי פֿאַר דײַטשער און עסטרײַכישער מאָדערנער קונסט, דערמאָן איך זיך אין דעם ייִדישן וויסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט־ייִוואָ, וואָס האָט במשך פֿון כּמעט 40 יאָר (1994-1955) זיך געפֿונען אין דעם זעלביקן הויז אויף דער „אָפּער איסט סײַד‟. אין יענער תּקופֿה האָט אָט דער אימפּאָזאַנטער בנין מיט זיך פֿאָרגעשטעלט די רײַכע קולטור־ירושה פון דער ייִדישער ווילנע, וווּ דער אינסטיטוט האָט געהאַט זײַן צענטראַלע צווישן 1925 און 1940. און אפֿשר מער ווי כּמעט אַלע אַנדערע מיטאַרבעטער האָט דינה אַבראַמאָוויטש, דעם ייִוואָס לאַנגיאָריקע ביבליאָטעקערין, פֿאַרקערפּערט דעם אייגנאַרטיקן גײַסט פֿון „ירושלים ד׳ליטא‟, וווּ זי אַליין איז געבוירן און דערצויגן געוואָרן.

דאָס ערשטע מאָל וואָס איך האָב געזען דינהן (מיר האָבן זיך נאָך ניט געהאַט באַקענט) איז געווען אין דעצעמבער 1971, בײַ אַ קאָנפֿערענץ־סעסיע פֿון דער „אַמעריקאַן היסטאָריקאַל אַסאָסיעשאָן‟. איינער פֿון די פּאַנעליסטן איז געווען ד״ר ישעיה טרונק, אַ וויסנשאַפֿטלער בײַם ייִוואָ און דער מחבר פֿון שטודיעס וועגן לאָדזשער געטאָ. זיצנדיק אין זאַל האָט זיך באַמערקט אַ קורצוווּקסיקע, בכּבֿודיקע פֿרוי מיט שוואַרץ־גרויע האָר. געשעפּטשעט האָט מען אַז אפֿשר איז דאָס די באַרימטע פּאָליטישע פֿילאָסאָפֿין האַנאַ אַרענדט. אָבער ניין — ס׳איז גאָר געווען דינה אַבראַמאָוויטש, װאָס איז געקומען הערן די לעקציעס און אונטערצושטיצן אירן אַ ייִוואָ־קאָלעגע, ד״ר טרונק.

מיט פֿיר יאָר שפּעטער, האָב איך זיך טאַקע באַקענט מיט דינהן, ווען איך האָב זיך פֿאַרשריבן אויף אַן אינטערן־פּראָגראַם אין דער ייִוואָ־ביבליאָטעק. נאָך דעם ווי די פּראָגראַם האָט זיך פֿאַרענדיקט, האָט מען מיך אָנגעשטעלט ווי אַ געהילף־ביבליאָטעקער בײַ דער ייִוואָ־ביבליאָטעק. בעת אונדזער ערשטן צוזאַמענטרעף האָבן מיר גערעדט ייִדיש, אָבער שפּעטער האָבן מיר ס׳רובֿ גערעדט ענגליש צווישן זיך. (דינהס צוגאַנג צו שפּראַך ווי אַ קאָמוניקיר־מיטל איז געווען אַ ריין־פּראַגמאַטישע.) דער ליטעראַטור־קריטיקער אוירווינג האַו האָט נאָר־וואָס געהאַט אַרויסגעלאָזט זײַן מאָנומענטאַל בוך וועגן ייִדישן אימיגראַנטן־לעבן, World Of Our Fathers [די וועלט פֿון אונדזערע טאַטעס] וווּ ער האָט צ״אַ אויסגעדריקט זײַן טיפֿן דאַנק דעם ייִוואָס „אומפֿאַרמאַטערלעכער און גלענצנדיקער ביבליאָטעקערין, דינה אַבראַמאָוויטש‟. די רשימה ביכער וואָס נעמען אַרײַן ענלעכע שבֿחים צו איר וואָלט באמת געווען אַ ביז־גאָר לאַנגע. האַו האָט געוווינט ניט ווײַט פֿונעם ייִוואָ און ניט זעלטן פֿלעגט ער זיך אַרײַנכאַפּן. פֿון צײַט צו צײַט האָט ער זיך באַראַטן מיט אַנדערע פֿאָרשערס, זיי זאָלן זיך האַלטן אַן עצה מיט דינהן. איינער פֿון זיי, געדענק איך, איז געווען דער אַקטיאָר און פֿילם־רעזשיסאָר ראָב רײַנער, וואָס האָט געהאַלטן אין צוגרייטן דעם ערשטן קאַפּיטל פֿון אַ נײַער טעלעוויזיע־סעריע.

דינהס ווילנער היימשטאָט איז געווען קולטור־רײַך און פֿילשפּראַכיק. כּמעט פֿון אָנהייב אָן האָב איך באַמערקט װי זי האָט שטילערהייט געטאָן אירע אַריטמעטישע רעכענונגען אויף רוסיש, די שפּראַך וואָס איר משפּחה האָט גערעדט צווישן זיך. איר פֿאָטער איז געווען דער ייִדישער פּעדאַגאָג און זשורנאַליסט (און בונדיסט) הירש אַבראַמאָוויטש, און איר מוטער, אַנאַ שרײַבער — אויך אַ לערערין — האָט געשטאַמט פֿון אַ משׂכּילישער משפּחה. בעת און נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה, האָט זיך דינה געלערנט אין ייִדיש־שפּראַכיקע קינדער־ און מיטלשולן, און דערנאָך אין אַ פּוילישער גימנאַזיע און אינעם ווילנער אוניווערסיטעט אויפֿן נאָמען פֿון סטעפֿאַן־באַטאָרי, וווּ זי האָט באַקומען איר באַקאַלאַווער־ און מאַגיסטער־דיפּלאָמען אין הומאַניסטיק. זי האָט פֿלינק געשפּרונגען פֿון איין שפּראַך צו אַ צווייטער: ייִדיש, רוסיש און פּויליש, און אויך גערעדט אַן אידיאָמאַטישן ענגליש, כאָטש זי האָט עס געטאָן מיט אַ רוסישן אַקצענט.

דינה האָט ניט ליב געהאַט צו רעדן וועגן אירע אייגענע יסורים בעתן חורבן. אין אירע לעצטע יאָרן האָט זי אָבער אָנגעהויבן דערציילן און שרײַבן וועגן אירע דערפֿאַרונגען אין דער ווילנער געטאָ־ביבליאָטעק, וווּ זי איז געווען הערמאַן קרוקס אַ געהילף־ביבליאָטעקערין (פֿאַר דער מלחמה האָט זי געהאַט געאַרבעט ווי אַ קינדער־ביבליאָטעקערין). זי האָט אויך באַשריבן װי אַזױ זי איז אַנטלאָפֿן אין סעפּטעמבער 1943, האַרט פֿאַר דער ליקווידאַציע פֿון געטאָ, כּדי זיך צו פֿאַרבינדן מיט אַ בריגאַדע ייִדישע פּאַרטיזאַנער. שוין אין טיפֿן עלטער האָט זי זיך באַמיט אַרויסצוגעבן אַן ענגלישע איבערזעצונג פֿון איר טאַטנס בוך „פֿאַרשוווּנדענע געשטאַלטן‟, וואָס איז צום ערשטן מאָל אַרויס אין בוענאָס־אײַרעס אין 1958, אין דער באַרימטער סעריע „דאָס פּוילישע ייִדנטום‟. וכּך הווה: אין 1999, בלויז איין יאָר איידער דינה איז ניפֿטר געוואָרן, איז דורכן פֿאַרלאַג פֿון וויין־סטייט־אוניווערסיטעט אַרויסגעגעבן געוואָרן דאָס בוך, Profiles Of a Lost World.

אין 1939, ווען די מלחמה האָט זיך אויסגעבראָכן אין אייראָפּע, איז דינהס טאַטע על־פּי־צופֿאַל געווען אויף אַ באַזוך אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. מיט זיבן יאָר שפּעטער האָט דינה זיך ווידער פֿאַרבונדן מיט אים אין ניו־יאָרק (די מאַמע איז אומגעקומען בעתן חורבן) און זי האָט ממשיך געווען איר שליחות ווי אַ ביבליאָטעקערין — דאָס מאָל אין ייִוואָ, וווּ זי האָט געאַרבעט ביזן סאַמע סוף פֿון איר לעבן, אין יאָר 2000. זי איז געווען פֿיזיש קרעפֿטיק און געבענטשט מיט אַ מעכטיקן זכּרון און אַ שטאַרקן אינטעלעקט. אויב דינה האָט אָפֿט מאָל אַרויסגעוויזן ווייניק געדולד פֿאַר כּלערליי נאַראָנים, מוז מען אָבער באַלד צוגעבן אַז זי איז געווען פֿולשטענדיק איבערגעגעבן די אומצאָליקע ערנצטע פֿאָרשערס װאָס זי האָט אַרויסגעהאָלפֿן. צווישן אירע קליענטן זײַנען געווען ראָמאַניסטן, פּאָעטן, סטודענטן, יונגע וויסנשאַפֿטלערס, עלטערע פּראָפֿעסאָרן, טעאַטער־ און פֿילם־רעזשיסאָרן, אַקטיאָרן, זשורנאַליסטן, פֿאַקטן־קאָנטראָלירערס בײַ צײַטונגען און זשורנאַלן, גענעאַלאָגן, חסידים, שכנים פֿון דער אָפּער־איסט־סײַד און סתּם נײַגעריקע. איך האָב געהאַט די זכיה צו זײַן דינה אַבראַמאָוויטשעס אַ געהילף און, שפּעטער, איר קאָלעגע במשך פֿון סך־הכּל 17 יאָר. איך האָף אַז, דורך איר השפּעה און איר מוסטער, האָב איך אײַנגעזאַפּט כאָטש אַ ביסל פֿונעם גײַסט וואָס זי מיט אירע לאַנדסלײַט האָבן אַ נאָמען געגעבן „נוסח ווילנע‟.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version