Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

וואָס מע קען זיך אָפּלערנען פֿון די אַמאָליקע ייִדישע קאָכביכערWhat We Can Learn From Yiddish Cookbooks Of Days Gone By

אַחוץ דער קולטורעלער און היסטאָרישער ווערט, וואַרפֿט די קולינאַרישע ליטעראַטור אַ שײַן אויף אַמאָליקע ייִדישע דיאַלעקטן.

אין דער ליטעראַטור אויף יעדער שפּראַך זענען פֿאַראַן אַזעלכע ביכער, וואָס בלײַבן פּאָפּולערע „בעסטסעלערס‟, טרעפֿן זיך אין יעדער שטוב, זענען משפּיע אויפֿן טאָג־טעגלעכן לעבן, אָבער ווערן זעלטן באַטראַכט ווי אַן אָביעקט פֿון ליטעראַרישע פֿאָרשונגען. למשל: די קולינאַרישע ביכער.

נישט לאַנג צוריק האָט איינער אַ באַקאַנטער טוער, אַ דירעקטאָר פֿון אַ מוזיי, בײַ מיר געבעטן איבערצוזעצן פֿון ייִדיש אויף רוסיש רעצעפּטן פֿון אַן אַלטן ווילנער גאַסטראָנאָמישן אוצר, געדרוקט אין 1896 און דײַטשמעריש באַטיטלט „קאָכבוך פֿאַר יודישע פֿרויען‟ (אינעווייניק נאָך ערגער – „דאָס יודישעס קאָכבוך‟). האָט זיך אָבער אַרויסגעוויזן, אַז אַ רוסישע איבערזעצונג איז שוין לאַנג פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן. ווען איך האָב איבערגעבלעטערט דאָס בוך, האָב איך עס פֿאַרגליכן מיט אַ פּאָר אַנדערע און אָפּגעלערנט עטלעכע אינטערעסאַנטע זאַכן.

Yiddish Cookbooks 2

ייִדישע קאָכביכער: פֿון עוזר בלאָשטיין און הינדע אַמכאַניצקי Image by Yoel Matveyev

זעענדיק דעם באַשיידענעם פֿאַרקירצטן נאָמען פֿונעם מחבר, ע. בלאָשטיין, וואָלט מען געקאָנט זיך משער זײַן, אַז די רעצעפּטן האָט געזאַמלט אַן אומבאַקאַנטע פֿרוי. דאָס בוך איז אָבער באַגלייט מיט אַ פּאַראַלעלן שער־בלאַט אויף דײַטשיש, וווּ עס שטייט געשריבן Auser Blaustein. הייסט עס, אַז הגם דאָס בוך ווענדט זיך צו „יונגע פֿרויען און קעכניס‟, איז דער מחבר פֿאָרט געווען אַ מאַן וואָס האָט געהייסן עוזר.

אין 2010 האָט בעווערלי ווײַנבראָד אַרויסגעגעבן אַן ענגלישע איבערזעצונג פֿון אַן אַנדער רעצעפּטן־זאַמלונג, געדרוקט אין אַמעריקע און באַטיטלט נישט ווייניקער דײַטשמעריש: „דאָס פֿאַמיליען קאָך־בוך‟. ווײַנבראָד טראַנסקריבירט דעם נאָמען פֿון דער מחברטע ווי ה. ברוין. אינעם ייִדישן אָריגינאַל, געדרוקט אָן אַ דאַטע בערך אין 1920, שטייט אָבער געשריבן: הינדע אַמהאַניצקי.

איוו יאַכנאָוויץ, אַ באַקאַנטע פֿאָרשערין פֿון דער ייִדישער קולינאַרישער טראַדיציע, גיט איבער, אַז אין דער אמתן האָט די מחברטע געהייסן אַמכאַניצקי; זי איז געווען אַ שעף־קעכערין און אַ בעל־הביתטע פֿון אַ רעסטאָראַן אין ניו־יאָרק. אינעם יאָר 1901 האָט אַמכאַניצקי אַרויסגעגעבן דאָס „לער־בוך ווי אַזוי צו קאָכן און באַקן‟. יאַכנאָוויץ איז זיך משער, אַז דאָס „פֿאַמיליען קאָך־בוך‟ האָט צונויפֿגעשטעלט אַמכאַניצקיס טאָכטער, ווײַל די מאַמע איז אַוועק פֿון דער וועלט אין 1910.

אָט־די פּאָר בײַשפּילן ווײַזן שוין אָן, וויפֿל פּלאָנטער עס וואַרט אויף אַ סיסטעמאַטישן פֿאָרשער פֿון אַלטע קולינאַרישע ביכער, אָנהייבנדיק מיט פֿאַרפּלאָנטערטע נעמען פֿון מחברים. אינעם דאָזיקן געביט איז אויך היפּש פֿאַרשווענקט די גרענעץ צווישן דעם שעפֿערישן נאָכפֿאָלגן די פֿריִערדיקע מקורים און אויסגעשפּראָכענעם פּלאַגיאַט.

ס׳איז זעלבסט־פֿאַרשטענדלעך, אַז די קעכער לערנען זיך איינער פֿונעם צווייטן און מעגן פֿאַרשרײַבן ענלעכע אָדער אַפֿילו ממש די זעלביקע רעצעפּטן. אַ סך מאכלים אין אַמכאַניצקיס ווערק זעען אויס פּונקט אַזוי, ווי אין בלאָשטיינס זאַמלונג. בלאָשטיין וואָרנט אָבער, אַז זײַנע רעצעפּטן האָט ער אַליין געזאַמלט „פֿון פֿאַרשיידענע באַרימטע קאָכביכער אין פֿאַרשיידענע שפּראַכן‟. אין דער ליסטע פֿון פֿיש דערמאָנט ער די טרייפֿענע מורענע. אַפּנים, האָט ער פּשוט איבערגעשריבן דאָס וואָרט פֿון עפּעס אַ ניט־ייִדיש בוך און אַפֿילו נישט געוווּסט, וואָס פֿאַר אַ פֿיש דאָס איז.

אויב אַפֿילו אַמכאַניצקי האָט זיך אַקטיוו באַנוצט מיט בלאָשטיינס בוך, האָט זי דאָך געהאַט אַ גרויסע פּראַקטישע דערפֿאַרונג און, מסתּמא, אויסגעפּרוּווט יעדן מאכל אַליין, מיטן טראָפּ אויפֿן ייִדישן עולם אין דרום־מיזרחדיקן מאַנהעטן. ווען זי חזרט איבער אַ רעצעפּט, איז עס נישט קיין פּלאַגיאַט, נאָר אַ רעזולטאַט פֿון אַ גרונטיקער פּערזענלעכער פֿאָרשונג.

באַזונדערס באַלערנדיק זענען די שפּראַכלעכע חילוקים, וואָס ווערן אין גאַנצן בטל, ווען מע זעצט איבער אַזעלכע ווערק. צוליב קלאָרקייט און גענויקייט, טוט אַמכאַניצקי דער ייִדישער שפּראַך אַן עוולה. איר בוך איז אָנגעשטאָפּט מיט ענגלישע ווערטער: „פֿלייק רײַז פֿאַר ברעקפֿאַסט‟, „לאַם קאָטלעטס‟, „וועדזשעטייבעל מאכלים‟. פֿון דעסט וועגן, ווײַזן אונדז אַזעלכע אויסדרוקן, ווי אַזוי די ניו־יאָרקער ייִדן האָבן גערעדט וועגן עסן מיט איבער 100 יאָר צוריק.

מיט בלאָשטיינס זאַמלונג איז פֿאַרקערט: ער ווייסט אפֿשר ווייניק וועגן קעכערײַ אָבער דאָס בוך שטעלט מיט זיך פֿאָר אַן עכטן אוצר פֿון קולינאַרישער טערמינאָלאָגיע סײַ אויפֿן ליטווישן, סײַ אויפֿן פּוילישן דיאַלעקט פֿון ייִדיש. צו מאַכן די רעצעפּטן קלערער, דערמאָנט ער פֿאַרשיידענע סינאָנימען פֿון אינגרעדיענטן און כּלים: „די גריזינע (ברוקווע, קרוצקע) ווערן ריין געשיילט און אין גלײַכע שטיקער געשניטן‟ – גאַנץ באַלערנדיק פֿאַר אַ ייִדיש־פֿאָרשער!

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.