Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

עולם־החסידות: די געשטאַלט פֿון דער היענע אין תּנ״ך און בײַ חז״לThe Image Of the Hyena In Torah and Talmudic Sources

לויט דער לעגענדע, מאַכט די חיה נאָך דאָס געלעכטער פֿון אַ בן־אָדם כּדי צו פֿאַרנאַרן דעם מענטשן און אים צו פֿאַרצוקן.

איך האב לעצטנס געזען דעם פילם „דער לייב קעניג‟ — א חיות מעשה מיט אן אמאליגן טעם, א סיפור פונעם דזשונגל. דארטן איז דא א געשפאנטקייט צווישן צוויי גרויסע וואלד גרופן, די בארימטע אריות – לייבן אנקעגן היענעס.

ערשט נישט לאנג, אין די לעצטיגע יארן האב איך צום ערשטן מאל געהערט פון היענעס, עפעס ווילדע טורפים, אבער א מין אויפגעקומענער טורף. ס’איז נישט קיין אריה, קיין טיגער, בער, וואלף — די באקאנטע חיות. בכלל נישט קענטליך פון די מעשיות און משלים וואס איך האב קינדווייז געהערט.

אבער וואס פארא באשעפעניש איז זי? צי ווערט זי, די פרעמדליכע באשעפעניש, אפילו דערמאנט אין תנ”ך?

דאס ערשטע מאל וואס איך האב געהערט פון א היענע איז לייענענדיג לעצטנס די אידישע קינדערביכל „נפלאות הבורא‟. דא ווער איך געוואויר פון א פרישער מיטגליד, א גלייכער מחותן אין די קליקע פון חיות טורפות אין די ווילדענישן, וואס שפילט א חשובע ראלע אין וואלד.

און יעצט זעענדיג דעם פאנטאסטישן משל אויפגעשפילט אין דעם פילם פון די לייבן און היענעס, וואונדערט זיך מיר נאך מער אויף דעם היענעס אפוועזנהייט פון מיין קונדהייט טעאטער. ער איז נישט א ניי דערפינדענער באשעפעניש אין די אמעריקע’ס אדער פאסיפישן מזרח. זע נאר, ער איז א מחותן מיט נישט קיין צווייטן, נאר דער אלט בארימטער מלך החיות, מיט דעם גאלדענעם זיגל, דער אריה.

דער משל אינעם פילם שטעלט פאר א לייבן קעניגרייך. די היענעס ווידער זענען ווי געמיינע רויבער מחוץ דער ציוויליזאציע, שטענדיגע שונאים פונעם אוועקגעשטעלטן קעניגרייך. דער מלך’ס ברודער איז מקנא דעם מלך, מאכט ער א יד אחת מיט די היענעס, און פירט אויס א כיטרע פלאן: ער פארנארט זיין ברודער דער מלך אינאיינעם מיט זיין קרוין פרינץ צו סכנותדיגע פעלזן, ביים העלפאנטן בית הקברות. דארטן ווערט דער מלך דערהרגעט און דער קרוין פרינץ פארשווינט.

דער כיטרער ברודער פארזאמלט איצט זיין מיליטער פון פארצוקנדיקע היענעס און נעמט איבער די מלוכה ווי א ברוטאלער טיראן. צום סוף קערט זיך אום דער קרוין פרינץ, עס אנטוויקלט זיך א געפעכט און געראנגל אבער דער סוף איז אז דער ברודער דער טיראן האט ארויסגערופן כעס אויך פון די היענעס, און זיי — זיינע אייגענע אליאנצן, מאכן א סוף צום טיראנישער מלוכה פארכאפער.

געקענט האב איך שוין צופעליג דעם משל פון א אידיש געשפילטער פארשטעלונג מיטן נאמען „אונטערן קעניגרייך‟. דארטן זענען די כאראקטערן מענטשליכע מלכים אין אינדיע, ווארשיינליך טאקע אן איבערמאכונג פון דעם דאזיגן פילם, און אצינד האב איך עס געזען ווי אין אריגינאל, מיט חיות.

די אריגינעלע ווערסיע, די חיות ווערסיע, איז נישט געבויט אויף אויסגעזויגענע פאקטן. ניין, עס איז דווקא געבויט אויף דער ווירקליכקייט. היענעס גייען באמת פאנגען צווישן די זעלבע פעלזן און סאוואנאס ווי אונזערע אלטערטימליכע לייבן. זיי פארמעסטן זיך טאקע מיט די לייבן קאמפאניעס. די צוויי גרופן בא’גנב’ענען זיך איינע דעם אנדערן. דער לייבן קאמפאניע איז פארשטייט זיך שטארקער, אבער אך אין וויי איז ווען אן איינציגער לייב פאלט אריין צווישן א מחנה די די היענעס.

איז פארוואס אויב אזוי ליגט מיר די היענע נישט אין קאפ פון די תנ”ך מעשיות, אדער כאטש פון אנדערע פאלקס קינדער מעשיות? וואו איז דער היענע אין די משלים זאמלונגען, למשל פון דעם אלטן ספר משלי שועלים פון רבי ברכיה הנקדן, אדער אין די אלטע בעלייכטונגען העפטן פון מיין קינדהייט, אזויווי עס זענען דא משלים פון א לייב א בער א וואלף, א פוקס, אן אדלער, א פאווע, א זשיראף, א שלאנג, אדער א טיגער?! וואו איז דער היענע אהין געקומען אין די אלע פאנטאסטישע מעשיות, טאמער איז ער טאקע יא אזא חברהמאן אינעם וואלד?! פארוואס האט מיר קיינער קיינמאל נישט געזאגט וועגן זיי, וויאזוי צום ביישפיל האט מיר מיין מאמע נישט געוויזן א היענע אינעם זו?

צופעליג שווימט מיר יעצט אויף אין זכרון א מיסטעריעזער טורף פון די „מחניים העפטלעך‟ (די קינדערביכלעך מיט סיפורי צדיקים און פילפארביגע מאלערייען) א נאכט באשעפעניש וואס קוקט אויס האלב ווי א וואלף און האלב ווי א לעמפערט. זי וואוינט אין באהאלטענע מערות און אין וועלדער. אין די שפעטע נאכט שעה’ן קומט עס נאנט צו א ישוב, מאכט נאך דאס געלעכטער פון א בן אדם, בליקט מיט אויגן ווי צוויי לאמטערנעס, אזוי ארום היפנאטיזירט זי דעם מענטש, גנב’עט דעם דעת, און אך און וויי צו דעם מענטש וואס ווערט פארכאפט, ער קען זיך פון דאס געלעכטער און בליקן נישט אפשיידן, ער גייט נעבעך נאך דאס קול און דארטן אינעם הייל מאכן די מיסטעריעזע חיות א סעודה פון אים. אט די מיסטעריעזער כישוף חיה שטעלט זיך ארויס צו זיין טאקע די היענע.

אין ספרים פון אידישע רייזנדע — דאס האב איך לעצטנס עספייעט צו זען — פלעגט מען דאס רופן מיט דעם לאנגן פארשטעלונג „דער וואלד חיה וואס קוקט אויס ווי א חמור און בא’גנב’ט דעם מענטשנס שכל‟. אמאליגע ספרדישע ירושלים’ער אידן מיט הונדערטער יארן צוריק פלעגן פחד’ענען פון די אימהדיגע ברואים ווי פון שדים. קיינמאל איז א איד נישט ארויס אליינס ביינאכט אן באגלייטונג, אויס פחד אז מען וועט דעם חיה חלילה וחס באגעגענען און זי וועט פאר’כישוף’ן דעם דעת.

נאך א נאסטאלגישע לעגענדע הייבט זיך מיר אן דערמאנען, אז דער באשעפעניש, דער שכל גנב און מענטשן פרעסער, טאמער געפינט ער נישט קיין רויב, גייט ער צום בית הקברות, דארטן גראבט ער אויף ביינער פון די מתים. דערפאר איז דער מנהג צו באדעקן דעם קבר מיט שטיין, אז דער פינסטערער באשעפעניש זאל נישט אויפפרעסן די ביינער פון די נישט לעבעדיקע.

דאס זענען אודאי לעגענדעס, אבער וואס איז יא אמת, די היענע איז א גזלן און צומאל אויכעט א גרויזאמער אכזר. אז ער טרעפט נישט פלייש פון א פגר וועט ער עסן די לעבעדיגע, דאס ווערט געטון אין קאמפאניעס און טאקע אין די שפעטע נאכט שעה’ן. און דער האט נישט קיין צייט צו ווארטן ביז יציאת נשמה, ער עסט אים לעבעדיג, און בייסן קען ער אבער נאך ווי בייסן. די הארטסטע ביינער צעמאלט ער מיט זיינע אגרעסיווע ציינער. דער קען אמאל אויך פארציקן אן אייגענעם פיצלס.

דאס איז אמאל זיכער, די היענע טראגט אן אומ’חן ביי די מענטשהייט. איר קערפער איז נישט סימעטריש, געמיין ווי זי איז, קוקט אויס ווי א צוזאמענשטעל פון כלערליי חיות און בהמות, א קאפ ווי א שאקאל, אויערן ווי ביי אן אייזל, א קערפער ווי א שרץ, די האר הארטליך ווי ביי א חזיר, געשטרייפט און געפינטלט ווי ביי א טיגער, די הינטערשטע פיס לענגער ווי די פאדערשטע, און שווער איז צו דערקענען צווישן א זכר און א נקבה צווישן זיי.

און אז די היענע עפנט א פיסק ווארפט זי אן א פחד, און יא, זי קען וויינען און לאכן ווי א מענטש. זי וואוינט אין היילן, אבער נישט געזארגט, מיינע פריינד, צו אונז מענטשן האט זי גאר נישט. אונז וועט זי צורו לאזן. און אויך די ביינער פון די מתים וועלן זיי נישט טשעפען.

און הערט זשע, זיי זענען גאנץ פיין ארגאניזירט מיט היערארכיעס, פארמאגן אפילו סאציאלע איינפירונגען, האלטן ארגאניזירטע מלחמות צווישן אייגענע גרופן. די זכרים האבן דוקא דרך ארץ פאר די נקבות, און קלוג זענען זיי נישט אוועקצומאכן.

און וויאזוי הייסט זי אין די מקורות? איז דא אזא באשעפעניש אין תנ”ך אדער כאטש אין די חז”ל? אדער איז עס טאקע א סינטעטישער וואלד ממזר’ל?

די חז”ל דערמאנען א חיה טורפת מיטן נאמען ברדלס. היינט זאגט מען אז דאס איז דער געפארד, טשיטא, דאס שנעלסטער לאנד באשעפעניש. אין די גמרא איז אבער דא א סברא אז דער ברדלס איז אן „אפעא‟, וואס מיינט אין די אראמישער שפראך „היענע‟. דער מימוני אידענטיפיצירט דעם ברדלס מיטן אראבישן אלצבו”ע, וואס איז באקאנט אויך אין היינטיגע אראביש אן דעם “אל”: „צבע‟ (אדער „דבע‟), און יא, אויך דאס מיינט א היענע. קומט אויס דא אז א ברדלס פון דער משנה איז טאקע א היענע.

דאס אראביש ווארט צבע ווערט גראדע דערמאנט אין די גמרא, טאקע נאכן דערמאנען דעם ברדלס אין א ליסטע פון אנדערע חיות טורפות. דער תנא רבי מאיר פלעגט רייזן אין די וועלט, ער האט געוואוסט פון אזעלעכע באשעפענישן פון וואס אנדערע האבן נישט געוואוסט, האט ער געשפירט פאר וויכטיג צוצולייגן אויך דעם צבוע אין די ליסטע פון סכנה’דיגע חיות: „צו מאל איז דער צבוע סכנות’דיג ווי דער לייב,‟ זאגט דער תנא רבי מאיר. מסתמה איז דער דאזיגער צבוע טאקע דער אראבישער אלצבו”ע (אָדער דבוע אָדער היענע).

אבער ווארט, א צעמישעניש, דער ברדלס איז טאקע דער אלצבו”ע? אבער ווער ווייסט, אפשר איז דער ברדלס אמאל א צבוע און אמאל נישט? ווארט נאר אויף א שטיקל גמרא וואס מיר וועלן באלד ציטירן, דארטן וועט איר זען אז אויפן צבוע קען מען אלעס זאגן, דער פארמאגט מיסטישע מעגליכקייטן, און גלויבט צי נישט, ער קען אפילו בייטן זיין חיה’שאפט.

דער „צבוע‟ אין די גמרא איז א באשעפעניש פארוויקלט אין אויסטערלישע לעגענדעס. דער אמורא רב הונא זאגט אויף איר אז זי פארמאגט כלערליי פארבן אזויפיל ווי די צאל טעג אין א יאר, טאקע דערפאר הייסט זי צבוע — פארביגער; און נאך מער אויסטערליש, דער זכר צבוע טוישט זיין דזשענדער – מין, צו א נקבה; און מער פאנטאסטיש פון אלעם, דער צבוע גייט גאר אדורך, א לעבעדיגער גילגולים פראצעס:

„דער מענליכער צבוע, נאך זיבן יאר ווערט ער פארוואנדלט אין א פלעדערמויז. דער פלעדערמויז נאך זיבן יאר ווערט פארוואנדלט אין אן ערפד, אַ וואַמפיר. דער ערפד נאך זיבן יאר ווערט פארוואנדלט אין א קימוש, נאך זיבן יאר שפעטער אין א „חוח‟, א דארן, און זיבן יארן שפעטער — אין א שד.

ווייזט אויס אז ביי די גמרא לייט, גלייך ווי ביי אנדערע קולטורן דורכאויס טויזנטער יארן, איז דער צבוע באטראכט געווארן ווי א מיסטישע באשעפעניש פון שווארצע מיטאלאגיע, ווי גוט פאסט ער זיך אלזא אויסצובייטן מיט דעם נאכטיגן כישוף’דיגן פלעדערמויז און דער פארהוילענער שד.

האבן מיר געפונען דעם היענע אין חז”ל, דאס איז דער ברדלס, דער צבוע, אדער ביידע אינאיינעם, באלאדנט מיט א הויפן לעגענדעס. אפילו א בארג “הר הצבועים” – א צבועים בארג, דערמאנען די חז”ל, אן ארט מיט א וואונדערליכער אייגנשאפט, די פירות דא רייפן זיך שנעלער אויס ווי אימעטום, און פון דא קומען מיר צום איינציגסטן „צבועים‟ אין תנ”ך:

א טאל ווערט דערמאנט אין ספר שמואל, אפשר טאקע נאנט צום חז”ל’ישן צבועים בארג, מיטן נאמען „גיא הצבועים‟ [צבועים טאל]. גיא הצבועים ווערט דערמאנט אינאיינעם מיט א שכנותדיגער מקום מיט דעם נאמען „ארץ שועל‟ — פוקסן לאנד, און נאך א שכינותדיגער ארט, „דרך עפרה‟ – יונגע אינדן, אַנטילאפן. איז דאך א סברא, אז אויך דער צבועים טאל איז פון חיות, און אט די צבועים זענען טאקע ווארשיינליך נישט עפעס אנדערש ווי – אונזערע היענעס.

נו, איז די היענע, לויט דער סברא, א ביבלישע חיה, צבוע הייסט ער, און איז אפילו אן אלטגעזעסענער ארץ ישראל’דיגער.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version