בײַ זיי האָט זיך געדאַוונטInspired By Their Own Prayer
פֿרויען פֿלעגן דאַוונען מיט זייערע אייגענע ווערטער און האָבן געשאַפֿן אַן אייגענע תּחינות־ליטעראַטור אויף ייִדיש.
משה רבינו האָט געבעטן דעם אייבערשטן, „ואתחנן אל ה׳‟, צו לאָזן אים אַריבערצוגיין דעם ירדן און אַרײַנקומען קיין ארץ־ישׂראל. דער באַשעפֿער האָט אים געהייסן אַרויפֿצוגיין אויפֿן באַרג צו זען דאָס לאַנד פֿון דער ווײַטן.
די חז״ל דערקלערן, אַז על־פּי נס האָט משה דערזען אין אַ נבֿיאישער וויזיע יעדן ווינקל אינעם גאַנצן ארץ־ישׂראל אַזוי קלאָר, ווי ער וואָלט דאָרטן געווען בגשמיות. די חסידישע צדיקים גיבן צו, אַז ער איז דווקא יאָ אַרײַנגעקומען אינעם לאַנד אויף אַ מיסטישן אופֿן, ווי אַ קאָלעקטיווע נשמה פֿונעם פֿאָלק.
די הײַנטיקע פּרשה איז די איינציקע, וואָס איר נאָמען האָט צו טאָן מיטן ענין דאַוונען. דעם אומגעוויינטלעכן פֿילטײַטשיקן ווערב „ואתחנן‟ קאָן מען איבערזעצן ווי „און עס האָט זיך אים געדאַוונט‟. משה רבינו האָט זיכער מקבל געווען די געטלעכע גזירה, אַז ער מוז שטאַרבן אינעם מידבר צוזאַמען מיט זײַן גאַנצן דור. זײַן „אַמפּערן זיך‟ מיטן באַשעפֿער איז נישט געווען, חלילה, אַ מרידה, נאָר אַ תּפֿילה לשם תּפֿילה, אַ טייל פֿון זײַן אָנגייענדיקן לעבעדיקן דיאַלאָג מיטן רבונו־של־עולם.
צו דאַוונען דרײַ מאָל אַ טאָג שמונה־עשׂרה לויטן סדר פֿון די קרבנות, וואָס מע פֿלעגט ברענגען אינעם בית־המיקדש, איז אַ מיצווה מדרבנן, וואָס איז חל בלויז אויף מענער. ס׳איז פֿאַראַן אַ באַקאַנטער מחלוקת־ראשונים, צי מע דאַרף דאַוונען מדאורייתא אַפֿילו איין מאָל אַ טאָג. לויט דעם רבמ״ן איז פֿאַראַן בלויז אַ מיצווה־מן־התּורה צו בעטן דעם רבונו־של־עולם אין אַן עת־צרה. דער רמב״ם האַלט אָבער, אַז פֿרויען און מענער מוזן זאָגן יעדן טאָג, ווען מע וויל, כאָטש איין תּפֿילה — לאַוו־דווקא לויטן סטאַנדאַרטן נוסח פֿון די חז״ל. ער איז מסביר, אַז דער אַבסטראַקטער תּורה־אָנזאָג „ועבדתם את ה’ אלקיכם‟, איר זאָלט דינען אײַער באַשעפֿער, מיינט, דער עיקר, די מיצווה צו דאַוונען.
להיפּוך, גייט הרבֿ יחיאל־מיכל עפּשטיין אין דעם פֿאַל אָפּ פֿון זײַן געוויינטלעכן ראַציאָנאַליסטישן געדאַנקען־גאַנג און באַטאָנט, אַז אַ טייל ראשונים פֿאַררעכענען נישט דאָס דאַוונען צווישן די תּרי״ג מיצוות דווקא צוליב דעם אויסערגעוויינטלעכן סטאַטוס פֿון תּפֿילה; זי איז דער סאַמע־יסוד פֿון דער גאַנצער עבֿודת־השם. די תּורה הייסט נישט מיט קלאָרע ווערטער צו דאַוונען כּסדר, ווײַל ס׳איז זעלבסט־פֿאַרשטענדלעך.
ס׳איז מערקווירדיק, אַז דער נאָמען פֿון דער הײַנטיקער פּרשה שטאַמט פֿונעם זעלבן שורש, ווי „תּחינה‟. משה רבינו האָט נישט געדאַוונט קיין שמונה־עשׂרה, נאָר זיך געווענדט צום רבונו־של־עולם מיט זײַנע אייגענע ווערטער. בײַ מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן האָט זיך אַנטוויקלט אַרום די תּחינות זייער אַ רײַכע טראַדיציע. ס׳איז אויפֿגעקומען אַ גאַנצע תּחינות־ליטעראַטור אויף ייִדיש. רבי נחמן בראַצלעווער און אַנדערע חסידישע צדיקים זאָגן, אַז אַחוץ די פֿאָרמעלע תּפֿילות איז זייער וויכטיק פֿאַרן נשמה־תּיקון און פּערזענלעכער פֿאַרבינדונג מיטן באַשעפֿער צו פֿירן מיט אים אַ פּערזענלעכן דיאַלאָג, זיך אויסגיסן דאָס האַרץ אויף אַ פּשוטן ייִדיש.
ווי געזאָגט, איז די פֿאָרמעלע מיצווה צו דאַוונען שמונה־עשׂרה חל בלויז אויף מענער. דערפֿאַר האָבן ייִדישע פֿרויען געשאַפֿן זייערע אייגענע האַרציקע תּפֿילות. צוליב דעם אומפֿאָרמעלן כאַראַקטער פֿון זייער דאַוונען, האָבן זיי אין אַ געוויסן זין נאָכגעמאַכט משה רבינו און געוואָרן פּיאָנירן פֿון דער דאָזיקער פּראַקטיק, וועלכע האָט זיך שפּעטער פֿאַרשפּרייט בײַ די חסידים. בײַ זיי האָט זיך געדאַוונט — די תּחינות זענען געוואָרן אַ קוואַל פֿון זייער שעפֿערישער אינספּיראַציע.
אינעם יאָר 1648 איז אין אַמסערדאַם אַרויס דער פּאָפּולערער אַנאָנימער ספֿר „סדר תּחינות‟, וועלכער האָט משפּיע געווען אויף די ווערק פֿון שׂרה בת־טובֿים, שׂרה־רבֿקה האָראָוויץ און אַנדערע מחברטעס פֿון תּחינות. ווייניק ווייסן מיר, צום באַדויערן, פֿון זייערע ביאָגראַפֿיעס. ווי אַן אויסנאַם קאָן מען דערמאָנען מרת סערל בת יעקבֿ, די טאָכטער פֿונעם דובנער מגיד, וועלכע האָט צונויפֿגעשטעלט דעם ספֿר „תּחינה אמהות‟ פֿאַרן גאַנצן חודש אלול און עשׂרת־ימי־תּשובֿה.
דער תּחינות־סטיל און דער אימאַזש פֿון אַ פֿרומער תּחינות־זאָגערקע האָט ממשותדיק משפּיע געווען אויף דער וועלטלעכער ייִדישער ליטעראַטור. לייענט, למשל, יצחק־לייבוש פּרצס דערציילונג „שׂרה בת־טובֿים‟. אין די תּחינות טרעפֿן זיך אויך אייגענע חידושים, דרשות, עצות אין עבֿודת־השם און פּערזענלעכע רוחניותדיקע אַנטפּלעקונגען פֿון די מחברטעס, וואָס זענען גאָר אינטערעסאַנט און וויכטיק פֿון דער פֿילאָסאָפֿישער, טעאָלאָגישער און קולטור־היסטאָרישער פּערספּעקטיוו.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO