דער חורבן אין סטאַניסלאַװ לעמס לעבן און פֿאַנטאַזיעThe Holocaust in Stanislaw Lem’s Life and Imagination
דער שרײַבער האָט קײן מאָל ניט גערעדט וועגן זײַנע איבערלעבונגען בעתן חורבן אָבער די טראַװמע שפּיגלט זיך אָפּ אין זײַנע פֿאַקטאַזיעס
דער פּױלישער שרײַבער סטאַנסילאַװ לעם (1921 – 2006) איז װעלט-באַרימט צוליב זײַן ראָמאַן „סאָלאַריס‟, װאָס איז געװאָרן דער יסוד פֿאַר צװײ פֿילמען, דעם סאָװעטישן און לעצטנס די אַמעריקאַנער ווערסיע מיט דזשאָרדזש קלוני. די ליבהאָבער פֿונעם װיסנשאַפֿט־פֿאַנטאַסטישן זשאַנער קענען אַװדאי לעמס אַנדערע װערק, װאָס טײלן זיך אױס מיט פֿילאָסאָפֿישער טיפֿזיניקײט. לעם איז געװען זײער אַ פּראָדוקטיװער שרײַבער און האָט איבערגעלאָזט אַ רײַכע ליטעראַרישע ירושה אין פֿאַרשידענע זשאַנערס. ער האָט אָנגעשריבן אינטערעסאַנטע זכרונות װעגן זײַן יוגנט אין לעמבערג פֿאַר דער צװײטער װעלט־מלחמה אָבער בכלל ניט דערמאָנט זײַן ייִדישן אָפּשטאַם.
דער סוד פֿון לעמס ייִדישקײט, די אומשטאַנדן פֿון זײַן ראַטעװען זיך בעתן חורבן אין לעמבערג, און די סיבות פֿון זײַן שװײַגן האָבן לאַנג פֿאַרנומען זײַנע ביאָגראַפֿן. די נײַע ביאָגראַפֿיע אָנגעשריבן פֿון װױצעך אָרלינסקי װאַרפֿט אַ נײַעם שײַן אױף דער דאָזיקער דראַמאַטישער געשיכטע. סטאַניסלאַװ לעמס פֿאָטער איז געװען אַ ייִדישער דאָקטאָר אין לעמבערג. כּדי זיך בעסער צוצופּאַסן צו דער פּױלישער סבֿיבֿה האָט ער געביטן זײַן נאָמען שמואל לעכם אױף סאַמועִל לעם. זײַן זון האָט באַקומען דעם טיפּישן פּױלישן נאָמען סטאַניסלאַװ און איז דערצױגן געװאָרן אין דער פּױלישער קולטור. אָבער פֿאָרמעל האט די משפּחה לעם ניט געביטן זײער רעליגיע. זײ האָבן געהאַט אַ היפּשע צאָל קרובֿים אין לעמבערג און אַרום גאַליציע, װאָס זײַנען געװען מער ייִדישלעך אין זײער שטײגער. כּלערלײ פֿעטערס און מומעס באַװײַזן זיך אין לעמס זכרונות, אָבער זײער ייִדישקײט פֿאַרבלײַבט פֿאַרנעפּלט. לעם באַשרײַבט זײער אױסזען און כאַראַקטער אָבער ניט זײערע עכטע נעמען.
די משפּחה לעם איז געװען גאַנץ פֿאַרמעגלעך. דער פֿאָטער האָט געהאַט אַ גוטע מעדיצינישע פּראַקטיק און די מאַמע האָט פֿאַרדונגען דירות צו לאָקאַטאָרן. װען די סאָװעטן האָבן פֿאַרנומען לעמבערג נאָכן אױסבראָך פֿון דער צװײטער װעלט־מלחמה האָט סטאַניסלאַװ אָנגעהױבן שטודירן מעדיצין אינעם לעמבערגער אוניװערסיטעט. סוף־יוני 1941 האָבן די דײַטשן אָקופּירט לעמבערג און גלײַך נאָך דעם האָט אױסגעבראָכן אַ בלוטיקער פּאָגראָם קעגן ייִדן. װען די סאָװעטן האָבן פֿאַרלאָזט די שטאָט אין אײַלעניש, האָבן זײ צעשאָסן אַלע אַרעסטאַנטן אין דער לעמבערגער תּפֿיסה און איבערגעלאָזט זײערע גופֿים אין די קעלערן. די דײַטשן האָבן באַשולדיקט ייִדן אינעם דאָזיקן פֿאַרברעכן און האָבן געהײסן אַלע לעמבערגער ייִדן צו רײניקן די תּפֿיסה־קעלערס. די אוקראַיִנער נאַציאָנאַליסטן האָבן גענומען שלאָגן און הרגענען ייִדן אױף די גאַסן. אױף אַזאַ אופֿן האָבן זײ געװאָלט אַרױסװײַזן זײער געטרײַשאַפֿט צו די נײַע נאַציסטישן בעל־הבתּים. די דײַטשן זײַנען געשטאַנען בײַ דער זײַט און פֿילמירט דעם פּאָגראָם, כּדי צו װײַזן אין זײער פּראָפּאַגאַנדע, װי שטאַרק די אָרטיקע באַפֿעלקערונג האָט פֿײַנט ייִדן.
סטאַניסלאַװ לעם איז געװען צװישן די ייִדן, װאָס האָבן געמוזט רײניקן דעם תּפֿיסה־קעלער. אַ פּנים האָט ער דעמאָלט געליטן פֿון אַ טיפֿער פּסיכאָלאָגישער טראַװמע, כאָטש שפּעטער האָט ער דאָס קײן מאָל ניט דערמאָנט. אין משך פֿון אַ פּאָר הדשים האָט לעם, װי אַלע ייִדן, געטראָגן דעם געלן מגן־דוד. ער האָט פֿאַרשטאַנען, אַז ער מוז זיך אויסבאַהאַלטן. עד־היום איז ניט קלאָר, װי אַזױ לעם האָט זיך געשאַפֿן אַ דאָקומענט, װאָס האָט אים אידענטיפֿיצירט װי אַן אַרמענער און געפֿונען אַן אַרבעט װי אַ מעכאַניקער אין אַ גאַראַזש.
אָרלינסקי פּרוּװט צו רעקאָנסטרויִרן פֿאַרשידענע װערסיעס, אָבער קײן גענױע פּרטים פֿון לעמס לעבן אין 1941–1942, װען די נאַציסטן האָבן אױסגעהרגעט כּמעט אַלע לעמבערגער ייִדן, האָט מען ניט. אין 1943 איז לעמס מצבֿ געװאָרן געפֿערלעך. די נאַציסטן האָבן אַקטיװ גענומען זוכן די לעצטע ייִדן, װאָס האָבן זיך אויסבאַהאַלטן מחוץ דעם געטאָ. לעמס פֿאַלשע פּאַפּירן זײַנען מער ניט געװען זיכער, אָבער ער האָט געפֿונען אַ מקום־מקלט ערגעץ־װוּ אין דער שטאָט. װען די רױטע אַרמײ האָט באַפֿרײַט לעמבערג אין 1944, האָט לעם באַשלאָסן װײַטער צו באַהאַלטן זײַן ייִדישע אידענטיטעט. װען די סאָװעטן האָבן אַרױסגעשיקט פּאָליאַקן פֿון לעמבערג קײן פּױלן האָט זיך לעם באַזעצט אין קראָקע.
די טראַװמאַטישע דערפֿאַרונג פֿון די חורבן־יאָרן האָט זיך אומדירעקט אָפּגעשפּיגלט אין לעמס פֿאַרשידענע װערק. דער העלד פֿון זײַן ערשטער רעאַליסטישער טרילאָגיע, „די ניט־פֿאַרלױרענע צײַט‟, איז אַ פּױלישער דאָקטער בראָש פֿון אַ שפּיטאָל פֿאַר גײַסטיק קראַנקע אונטער דער דײַטשישער אָקופּאַציע. מיט דער צײַט הייבט ער אָן צו לײַדן צוליב זײַן ייִדישן אָפּשטאַם. יעדער אײנער קוקט אױף אים מיט אַ חשד, און קינדער אױף דער גאַס שרײַען: „אַ יודע לױפֿט אַװעק!‟ די דײַטשן אַרעסטירן אים, ניט געקוקט אױף זײַנע „אַרישע‟ פּאַפּירן, און פֿאַרשיקן אים אין קאָנצענטראַציע־לאַגער.
אין די 1960ער יאָרן האָט סטאַניסלאַװ לעם זיך קונה־שם געװען אין פּױלן דורך זײַנע פֿאַקטאַזיע־ראָמאַנען און דערצײלונגען. ער האָט ניט געהאַט קײן דאגות־פּרנסה און האָט אױסגעמיטן פּאָליטישע קאָנפֿליקטן מיט דער קאָמוניסטישער מאַכט. אָבער אַפֿילו אין זײַנע װערק, װאָס קומען פֿאָר אױף אַנדערע פּלאַנעטן אין אַ װײַט־װײַטער גליקלעכער צוקונפֿט לאָזט זיך שפּירן זײַן טראַװמאַטישע דערפֿאַרונג בעתן חורבן. זי קומט פֿאָר אין בײזע חלומות און דערצײלונגען װעגן דעם אוראַלטן עבֿר, װאָס זײַנען פֿול מיט פּרטים פֿון לעמס אײגענעם לעבן.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO