ווידעאָ: בעסער ווי פֿליישיקסWATCH: Even Better than Meat!
אַ ייִדישע רעקלאַמע פֿאַר אַ רעסטאָראַן לויבט דעם פּאַרעווען מעניו לטובֿת די נײַן טעג
באָראָ־פּאַרק איז באַקאַנט פֿאַר זײַנע עלעגאַנטע כּשרע רעסטאָראַנען. איינער פֿון זיי, „קאַפֿע־פּאַריז‟, האָט לעצטנס אַרויסגעלאָזט אַ רעקלאַמע אויף ייִדיש, כּדי מפֿרסם צו זײַן זײַן נײַעם מעניו לכּבֿוד די נײַן טעג פֿאַר תּישעה־באָבֿ — צײַט ווען מע טאָר ניט עסן קיין פֿליישיקס, טאַקע דערפֿאַר פֿאַרשליסן זיך אַ סך פֿליישיקע רעסטאָראַנען במשך פֿון דער צײַט. אַנדערע שטעלן צו ספּעציעלע מעניוען מיט פּאַרעווע מאכלים.
צוליב דעם וואָס די נײַן טעג קומען פֿאָר בשעתן זומער, ווען אַ סך חסידישע פֿרויען וווינען מיט די קינדער אין די בערג און די מענער בלײַבן אין שטאָט אַליין, האָבן די רעסטאָראַנען זומערצײַט אַ סך קונים אויף מיטאָג און וועטשערע.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO