הרבֿ יצחק זילבער ז״לRabbi Isaac Zilber, Of Blessed Memory
דער סאָוועטישער תּלמיד־חכם איז געווען מסוגל איבערצוגעבן דעם אייבערשטנס ווערטער אויף אַ זייער פּשוטן שטייגער
מיט דער הײַנטיקער פּרשה, „דבֿרים‟, הייבט זיך אָן די קיצורדיקע איבערחזרונג – משנה־תּורה – פֿון דער גאַנצער תּורה לויט משה רבינוס אייגענע ווערטער.
דער לעצטער טייל פֿונעם חומש הייסט „דבֿרים‟ – „ווערטער‟ – ווײַל ער באַשטייט, בעיקר, פֿון משה רבינוס מוסר־דרשות, אין וועלכע משה האָט אויסגעדריקט זײַן אייגענעם קוק אויף דער תּורה. בײַ די חז״ל און ראשונים איז פֿאַראַן, אויפֿן ערשטן בליק, אַ שטיקל קאָנטראָווערסיע: צי דער חומש „דבֿרים‟ שטעלט מיט זיך פֿאָר טאַקע משהס פּערזענלעכן אָפּטײַטש, אָדער אַן אינטעגראַלן טייל פֿון דער געטלעכער תּורה־אַנטפּלעקונג. אין דער אמתן, איז צווישן די דאָזיקע קוקווינקלען נישטאָ קיין סתּירה.
„אָט דאָס זענען די ווערטער, וואָס משה האָט געזאָגט צו אַלע ייִדן בײַ יענער זײַט פֿונעם ירדן‟; אַזוי הייבט זיך אָן אונדזער סדרה. אין זײַנע אייגענע ווערטער האָט משה רבינו אַרײַנגעלייגט דאָס געטלעכע ליכט אַליין. צוליב דעם טיפֿן דבֿקות מיטן אייבערשטן, זענען משה רבינוס ווערטער געווען ממש די זעלבע, ווי די ווערטער פֿונעם באַשעפֿער.
ווען איך האָב געלערנט אין אַ מאָסקווער ליטוויש־חרדישער ישׂיבֿה, אַ מין רוסלענדישן אָפּצווײַג פֿון לייקוווּד, האָב איך לכתּחילה נישט געקאָנט פֿאַרשטיין די מתנגדישע קאָנצעפּציע פֿון „דעת־תּורה‟: ווען אַ גרויסער תּלמיד־חכם לערנט זײַן גאַנץ לעבן לשם־שמים, שטימען זײַנע פּסקי־דינים און אַפֿילו דעות וועגן וועלטלעכע ענינים מיטן רבונו־של־עולמס דעה.
דעמאָלט בין איך שוין געווען צוגעוווינט צום חסידישן צוגאַנג צו ייִדישקייט. אויב אַן עכטער צדיק דערגרייכט דאָס אמתע דבֿקות, אַן איבערמענטשלעכע מדרגה, אַז די שכינה אַליין רעדט דורך זײַן מויל, איז עס גאַנץ פֿאַרשטענדלעך. ווען אַ מתנגדישער תּלמיד־חכם פֿאַרגעדענקט אַלצדינג גענוי, איז עס אויך גרינג צו פֿאַרשטיין; ער דינט ווי אַ מין לעבעדיקע „רעקאָרדירונג־מאַשין”. ווי אַזוי קאָן אָבער די שכינה אַליין רעדן דורך אַ פּשוטן מענטש, וואָס דערציילט סתּם מעשׂיות און, מסתּמא, גלייבט נישט אין זײַן אייניקייט מיטן באַשעפֿער אינעם חסידישן זין פֿון וואָרט? ווי אַזוי קען דאָס זײַן?
דעם הײַנטיקער שבת פֿאַלט אויס תּישעה־באָבֿ; דער תּענית ווערט נידחה ביז זונטיק. ס׳איז אויך דער יאָרצײַט פֿון אַ צאָל באַרימטע צדיקים, אַרײַנגערעכנט הרבֿ יצחק־יוסף זילבער (1917-2004). ווען איך האָב דערהערט זײַנע שיעורים אין מאָסקווע, האָב איך, דאַכט זיך, פֿאַרשטאַנען אַ ביסל, וואָס דער „דעת־תּורה‟ איז: אַ מתנגד קאָן אויך זײַן אַ צדיק אינעם חסידישן זין, אויב אַפֿילו ער קלינגט זייער פּשוט און מײַדט אויס וועלכע־ניט־איז חסידיש־קבלהדיקע טערמינאָלאָגיע.
הרבֿ יצחק זילבער איז געבוירן געוואָרן אין קאַזאַן, מיט עטלעכע חדשים פֿאַר דער גרויסער אָקטאָבער־רעוואָלוציע אין רוסלאַנד. ווי באַלד די שטאָט האָט זיך פֿאַר דער רעוואָלוציע געפֿונען מחוץ דעם תּחום־המושבֿ, איז די אָרטיקע ייִדישע קהילה געווען אַ קליינע; הרבֿ זילבער דערמאָנט זיך, אַז אין 1915 האָבן אין קאַזאַן געוווינט 550 ייִדישע משפּחות.
זײַן טאַטן, הרבֿ בנציון זילבער, האָט זיך אײַנגעגעבן צו דערציִען דעם זון ווי אַ פֿרומען ייִד פֿון אַ גאַנץ יאָר, וועלכן מע האָט פֿאָרט אַרײַנגעלאָזט אינמיטן סטאַלינס תּקופֿה אינעם אוניווערסיטעט אָן קיין דיפּלאָם פֿון דער מיטלשול; זײַענדיק אַ היימיש־דערצויגן ייִנגל, האָט דאָס קינד אַרויסגעוויזן גרויסע כּשרונות אין מאַטעמאַטיק. זייער משפּחה־נאָמען איז לכתּחילה געווען אַן איטאַליענישע – ציוני.
שפּעטער איז יצחק־יוסף זילבער אָפּגעזעסן אַ לאַנגע צײַט אין תּפֿיסה צוליב אַ פֿאַרברעכן פֿון זײַנעם אַ חבֿר, וועלכן זילבער האָט נישט געוואָלט מסרן. ערשט נאָך סטאַלינס טויט אין 1953 איז דער רבֿ אַמנעסטירט געוואָרן. נאָך אַ סעריע צרות מיט דער סאָוועטישער מאַכט איז ער אַוועקגעפֿאָרן קיין ארץ־ישׂראל אין 1974.
אין די 1980ער יאָרן האָט הרבֿ זילבער אָנגעהויבן שרײַבן קירובֿ־ביכער אויף רוסיש; אין די 1990ער האָט ער אָנגעהויבן צו באַזוכן כּסדר דעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. ווי געזאָגט, האָב איך בעת זײַנע שיעורים אָנגעהויבן צו פֿאַרשטיין דעם געשטאַלט פֿון אַ מתנגישן צדיק. רעדן האָט הרבֿ זילבער גערעדט זייער פּשוט, אָן קיין הויכע מיסטישע און אַפֿילו תּלמודישע חכמות. פֿאָרט, האָט בײַ אים אין מויל, ווי בײַ משה רבינו, גערעדט די לעבעדיקע תּורה. זײַנע ספֿרים קלינגען אויך זייער פּשוט, אָבער ערנסט, אמתדיק. ווי אַ סאָוועטישער ייִד פֿונעם עלטערן דור איז ער – אַוודאי – אויך געווען אַן עכטער ליטווישער ייִדיש־רעדער.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO