תּישעה־באָבֿ־פּראָטעסט קעגן „אײַס“A Tisha B’Av Protest Against ICE
ייִדן, אימיגראַנטן און זייערע שטיצער וועלן דעמאָנסטרירן קעגן דער אימיגראַציע־פּאָליטיק פֿאַר אַן „אײַס‟־תּפֿיסה אין מערילאַנד.
דעם קומעדיקן זונטיק, תּישעה־באָבֿ, 3:30 נאָך מיטאָג, װעלן זיך פֿאַרזאַמלען ייִדן, אימיגראַנטן און זײערע שטיצער און פֿרײַנד בײַ די טױערן פֿון דער „אײַס“־פֿאַרהאַלטונג־טורמע אין האַואַרד־קאַונטי, מערילאַנד.
אױפֿן דאָזיקן פּראָטעסט, דעם 11טן אױגוסט, װעט מען פּרוּװן מוטיקן דעם אָנפֿירער פֿון דעם קאַונטי, קאַלװין באַל, פּטור צו װערן פֿון זײַן הסכּם מיט דער אַמעריקאַנער אימיגראַציע־פּאָליצײ, „אײַס.“ לױטן דאָזיקן אָפּמאַך, באַקומט דער קאַונטי אַ געװיסע סומע געלט פֿון „אײַס“ פֿאַר יעדן פּליט װאָס װערט פֿאַרהאַלטן אין דער דאָזיקער טורמע.
בעת דעם פּראָטעסט װעט מען פֿאָרלייענען אויסצוגן פֿון מגילת איכה און קינות, אַזוי ווי עס פֿירט זיך תּשעה־באָבֿ.
דער פּראָטעסט ווערט געשטיצט דורך אַ רײ אָרטיקע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין מערילענד בכלל און אין האַורד־קאַאונטי בפֿרט, ווי אויך לאַנדישע. די אָרגאַניזירערס פֿונעם פּראָטעסט האָבן אויך באַצײכנט די מאַניפֿעסטאַציע װי אַ טײל פֿון די „נעװער־אַגען־עקשנס‟, די פּראָטעסטן קעגן „אײַס“ וואָס קומען פֿאָר איבער די פֿאַראײניקטע שטאַטן שױן זינט יוני, 2019. די דאָזיקע פּראָטעסטן באַניצן זיך אָפֿן און בכּיוונדיק מיט לאָזונגען װאָס פֿאַררופֿן זיך אױפֿן חורבן, מיט דער טענה אַז „הײַנט איז שױן ׳מער קײן מאָל ניט׳.“
צוליב דעם וואָס אַ טייל פֿון די דעמאָנסטראַנטן וועלן אין יענעם טאָג פֿאַסטן, וועט מען אויפֿשטעלן געצעלטן קעגן דער זון און צושטעלן טרענירטע סאַניטאַרן.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO