בײַ די טײַכן פֿון בבֿלBy the Waters Of Babylon
צוויי ייִדן קלאָגן זיך וואָס זייערע נשמות זענען אַ מאָל געווען ווי זאַפֿטיקע טרויבן אָבער הײַנט זענען זיי אויסגעטריקנט געוואָרן
ביי די טייכן פון בבל זיצן צוויי אידעלעך. זיי האבן שוין ביידע צעבראכען זייערע פידעלעך, ליגן זיי צעבראכן אין א זייט צווישן אראפגעפאלענע צווייגן. פארוואס שפילן אז עס איז נישטא קיין מזל? פארוואס פארזיסן די בריאה מיט קלאנגען אז עס איז נישטא ווער עס זאל די קלאנגען פירן? מיר זינגען און די בריאה ווייזט צוריק א זויער פנים, שמייכלט צו יעדן, נאר נישט צו אונז, זי האט אוועקגעדרייט איר פנים, אונז געלייגט אויף די שווארצע ליסטע אינאיינעם מיט אנדערע מיליאנען פארזעענישן.
זיצן ביידע מיט פארוועלקטע קאפאטעס, צעריסענעם דאשעקעס, בערד וועלעכע זאגן: נו נו, גענוג פראבירט. גרויסע צעווארפענע וואנצעס וועלעכע פראקלאמירן: מיר האבן זיך שוין אונטערגעגעבן. ברעכן צווייגלעך, פליקן זיי אינעם טייך אריין, רייסן בלעטער פון די פאלם ביימער, עסן ניסליך וואס עס האט זיי עמיצער ביים שטאטישן מארק דערלאנגט.
„א לעבן דאס? איך וואלט לפחות געברויכט צו זיין דער גביר פון דמשק, אדער אן איידעם ביים ריש גלותא. אויף אן אפיריון, אַ קיניגלעך טראג בעטל פון כרפס און תכלת, וואלטן מיר געדארפט פירן די חשובי העיר. מיין ווייב וואלט געדארפט זיין די כלילת חן מיט באקן פון פערשקעס און אויגן ווי פערל, אז ס׳זאל מיינע פריינד שינדן די הויט פאר קנאה. און קינדער וואלט איך געדארפט האבן אזוינע געראטענע און שיינע אז אפילו מלכים און שרים זאלן אונדז מקנא זיין.
יא, יא, און איך וואלט געדארפט זיין שוין פון לאנג דער באקאנטער שרייבער און דיכטער, א צווייטער שייקספיר, א יהודה הלוי, מיינע שרייבונגען וואלט מען געדארפט לייענען ביי אלע שטאט טויערן, ביי אלע ארמונות, די פאלאצן פון די שרים. אלע קינדער וואלטן גאנצע שטיקלעך פון מיינע פראזעס געדארפט קענען בעל פה, אומעטום וואלט מען געדארפט זיך משל’ען מיט מיינס אן עפיזאד, און דרשנים ציטירן מיינע פערזן. וואוהין איך גיי וואלט מען ווען געדארפט זיך שושקען: אט גייט שפן הסופר…
זעט שוין נישט אויס מיר וועלן ערגעץ ווען זען די שיין פון הצלחה.
איך בין מיט דיר מסכים, מזל איז פאר די ברמזלים, שלימזל פאר שלמזלנים.
נישט געבליבן עפעס אנדערש, נאר טרינקען לחיים, לכבוד ר׳ שלימזלן, אונזער שר.
א געשעפט דאס, א פאר ניס מיט טייטלען וויל ער אונז געבן.
אונזערע ביידנס נשמות זענען אמאל געווען ווי זאפטיגע טרויבן מיט גרויסע קערנער. זיי זענען אויסגעטריקנט געווארן ווי דער בית התורף פון אן אלטער אישה וואס האט די בתולהשאפט קיינמאל נישט איבערגעריסן. שוין קיין קערנער נישטא אין אונזערע נשמות, קוים וואס א טרוקן ראזשינקע איז דארט געבליבן.
גיב נאר א קוק אויף דעם טייך, ער שטראמט, ער פליסט, ער קומט און גייט, ער לעבט און גיט לעבן, און מיר דא, אויסגעשפיגענע, לאזן די בערד שטרוי זיך אנזאמלען, און די האר ווי בטלנים גרויען צום טויט.
לאמיר טרינקען לחיים
פאר ניסלעך און שריים
פארן טייך זייערע שעהען
ווייל קיין מזל וועלן מיר נישט זען
דו אן עושר
און איך א סופר
אבער א צווייג נאך א צווייג
געבליבן ללעג
טייך פון בבל
פליס דיין גאנג
דיין נאמען מאך גרויס
מיט שיפלעך אויף דיין שויס
ווען מיר זיצן דא
ווי שוואמען פון פארא יאר
נאר עולם הבא
וועט אונז רעטן גאר
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO