Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

די ייִדישע פֿראַגע אין דער סאָװעטישער פּאָליטיקThe Jewish Question in Soviet Politics

די אַנטי־ייִדישע און אַנטי־ציוניסטישע פּאָליטיק פֿון דער סאָװעטישער רעגירונג איז געווען איין סיבה פֿאַר דער מפּלה פֿונעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד

שױן העכער צװאַנציק יאָר האַלט דער רוסישער היסטאָריקער גענאַדי קאָסטירטשענקאָ אין אײן פֿאָרשן די „געהײמע פּאָליטיק‟ פֿון דער סאָװעטישער מאַכט לגבי ייִדן. ער האָט פֿריִער פֿאַרעפֿטנלעכט דרײַ װאָגיקע ביכער װעגן די 1930ער–1950ער יאָרן, און איצט זײַנען אַרױס די צװײ לעצטע בענד װעגן דער שפּעטערער תּקופֿה, פֿונעם אָנהײב פֿון דער שליטה פֿון לעאָניד ברעזשנעװ אין 1965 ביזן סאַמע סוף פֿון מיכאַיִל גאָרבאַטשעװס רעגירונג אין 1991.

דער ערשטער באַנד באַהאַנדלט דעם דרױסנדיקן אַספּעקט פֿון דער דאָזיקער געשיכטע, דהײנו, די באַציִונג צו ייִדן מצד דער סאָװעטישער מאַכט און דעם אויסשפּירדינסט, בעת דער צװײטער באַנד באַשרײַבט די ייִדישע אַקטיװיטעט אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד און אין אױסלאַנד. קאָסטירטשענקאָ איז אַ היסטאָריקער אַ פּקדן, ער נעמט אין באַטראַכט די סאַמע קלענסטע פּרטים פֿון דער פּאָליטישער געשיכטע.

קאָסטירטשענקאָ איז אַ בקי אין דער סאָװעטישער ביוראָקראַטיע און האָט צוטריט צו אײניקע װיכטיקע (הגם װײַט ניט אַלע) דאָקומענטן פֿון דעם פּאָליט־ביוראָ פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ און דער סאָװעטישער געהײם־פּאָליצײ. די דאָזיקע אַרכיװאַלע מקורים זײַנען געװען מער װאָגיק אין די ערשטע טײלן פֿון זײַן װערק, װאָס האָבן געהאַט צו טאָן מיט דער תּקופֿה פֿון יאָסיף סטאַלין. װען ער שרײַבט װעגן די שפּעטערע צײַטן, באַנוצט ער כּלערלײ פּריװאַטע זיכרונות און פּעריאָדישע פּרעסע, װאָס זײַנען צומאָל ניט פֿאַרלאָזלעך.

לױט זײַן װעלטבאַנעם איז קאָסטירטשענקאָ אַ רוסישער ליבעראַל און דעמאָקראַט, און האָט פֿײַנט אַנטיסעמיטיזם. ער באַציט זיך נעגאַטיװ סײַ צו דער קאָמוניסטישער אידעאָלאָגיע און סײַ צו דעם רוסישן נאַציאָנאַליזם, און האָט סימפּאַטיע פֿאַר ייִדישע צרות. דערבײַ װיל ער זײַן אָביעקטיװ אין זײַנע אָפּשאַצונגען, און צומאָל איז ער גאַנץ קריטיש צו געװיסע אַקטיװיטעטן פֿון אײניקע ציוניסטישע טוער. ער באַטראַכט היסטאָרישע פֿיגורן, סײַ די סאָװעטישע פֿירער אוּן סײַ ייִדישע אַקטיװיסטן װי בשׂר־ודם, לעבעדיקע מענטשן מיט זײערע מעלות און חסרונות.

אין 1965 איז ברעזשנעװ געװאָרן דער גענעראַל־סעקרעטאַר פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ און דער פֿאַקטישער ראָש פֿון דער סאָװעטישער מלוכה, נאָך אַ שטילן פּאָליטישן איבערקער װאָס האָט אַװעקגעשיקט זײַן פֿירגײער ניקיטאַ כרושטשעװ אין דעמיסיע. בטבֿע איז ברעזשנעװ ניט געװען קײן ראַדיקאַל, און איז געװען אױסן אָפּצוהיטן דעם פּאָליטישן גלײַכגעװיכט צװישן פֿאַרשידענע גרופּעס אין דער סאָװעטישער פֿירערעשאַפֿט: די קאָנסערװאַטיװע סטאַליניסטן, די רוסישע נאַציאָנאַליסטן און די ליבעראַלע רעפֿאָרמיסטן.

אַלײן האָט ברעזשנעװ געשטאַמט פֿון אוקראַיִנע און איז געװען באַקאַנט מיט ייִדן פֿון קינדװײַז אָן. מען זאָגט, אַז בעת די פּאָגראָמען פֿונעם רוסישן בירגער־קריג אין 1919 האָט זײַן פֿאָטער געהאָלפֿן זײַנע ייִדישע שכנים. דערצו האָט ברעזשנעװ ליב געהאַט פּאָפּולערע קולטור, בפֿרט ייִדישע מוזיקער און קאָמיקער. זײַן באַליבטער סטענד-אַפּ קאָמיקער איז געװען אַרקאַדי רײַקין, װאָס האָט צומאָל אױסגעלאַכט די סאָװעטישע ביוראָקראַטיע. דאָס הײסט אָבער ניט, אַז ברעזשנעװ איז געװען אַ גוטער פֿרײַנד פֿון ייִדן. אַזױ װי אַנדערע סאָװעטישע פֿירער, האָט ער געהאַלטן, אַז ייִדן זײַנען פּאָליטיש ניט פֿאַרלאָזלעך און מען דאַרף זײ ניט לאָזן פֿאַרנעמען הױכע שטעלעס אין דער אַרמײ, אינעם דיפּלאָמאַטישן דינסט און אין דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ.

אין די 1960ער יאָרן, שרײַבט קאָסטירטשענקאָ, האָט זיך צװישן דער אינטעליגענץ און דער אַדמיניסטראַציע אױסגעפֿורעמט די אַזױ־גערופֿענע „רוסישע פּאַרטײ‟. קײן עכטע פּאַרטײ איז דאָס ניט געװען, װײַל אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד איז געװען בלױז אײן לעגאַלע פּאַרטײ, די קאָמוניסטישע. אָבער דאָס איז געװען אַן אומפֿאָרמעלע אידעאָלאָגישע שטרעמונג, װאָס האָט געװאָלט איבערבױען דעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד װי אַ נאַציאָנאַלע מלוכה פֿונעם רוסישן פֿאָלק. די דאָזיקע מענטשן האָבן לרובֿ געשטאַמט פֿון די געגנטן מחוץ דעם אַמאָליקן צאַרישן ייִדישן תּחום־המושבֿ, און האָבן אַפֿילו אין זײער יוגנט ניט געטראָפֿן קײן ייִדן. ייִדן זײַנען פֿאַר זײ געװען אַ מין אַבסטראַקטער שׂונא, אַ פֿרעמדער עלעמענט װאָס האָט פֿאַרכאַפּט די רוסישע קולטור.

אָפֿיציעל איז די סאָװעטישע מאַכט געװען קעגן װאָסער ניט איז נאַציאָנאַליזם, אָבער פּראַקטיש האָבן אַ צאָל באַאַמטע שטילערהײט געשטיצט די אידעע אַז בלױז עטנישע רוסן מעגן פֿאַרנעמען חשובֿע שטעלעס אין קולטור, װיסנשאַפֿט און אַדמיניסטראַציע. זײ האָבן פּאַמעלעך דורכגעפֿירט עטנישע „רײניקונגען‟ אין אוניװערסיטעטן, מוזיק, אין דער ליטעראַרישער סבֿיבֿה און מאַסן־מעדיע. ברעזשנעװ האָט זיך צומאָל אַרײַנגעמישט לטובֿת אײניקע ייִדן, װי למשל זײַן באַליבטן רײַקין, אָבער זײַן עיקר־ציל איז געווען צו היטן שלום־בית אין די הױכע פֿענצטער. אַזױ אַרום האָט די „רוסישע פּאַרטײ‟ פֿאַרפֿעסטיקט איר פּאָזיציע. נאָך ברעזשנעװס טױט זײַנען די קאָנפֿליקטן אין דער סאָװעטישער פֿירערשאַפֿט געװאָרן שאַרפֿער, און די אַנטיסעמיטישע טענדענצן זײַנען אַרױס מער בולט.

נאָך דער זעקס־טאָגיקער מלחמה אין יוני 1967 איז די סאָװעטישע ייִדישע פֿראַגע געװאָרן אַן ענין פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער פּאָליטיק. דער נצחון פֿון ישׂראל האָט גורם געװען אַ טיפֿע שפּאַלטונג צװישן אַ סך סאָװעטישע ייִדן, װאָס האָבן געשטיצט ישׂראל, און דער מלוכה, װאָס האָט געשטיצט די אַראַבער. דאָס האָט געגעבן אַ שטױס דער ייִדישער עמיגראַציע, װאָס איז בהדרגה געװאָרן אַן ענין אױף דעם סדר־היום אין דער קאַלטער מלחמה צװישן אַמעריקע און דעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד.

ייִדישע אַקטיװיסטן אין אַמעריקע און אין רוסלאַנד האָבן זיך אַקטיװ אַרײַנגעמישט אין די באַציִונגען צװישן די צװײ לענדער, און זײער טעטיקײט האָט בײַגעטראָגן צו דעם נצחון פֿונעם מערבֿ אין דער קאַלטער מלחמה. אַזױ אַרום, פֿאַרסך־הכּלט קאָסטירטשענקאָ, איז די נעגאַטיװע סאָװעטישע פּאָליטיק לגבי ייִדן און זײער עמיגראַציע געװאָרן אײנע פֿון די סיבות פֿונעם פֿונאַנדערפֿאַל פֿונעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.