Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

װי געפֿינט זיך הײַנט די ישׂראלדיקע װעלטלעכקײט?What Does Secular Israeli Identity Mean Today?

צוויי נײַע ביכער דעפֿינירן „חילונישאַפֿט‟ און ווי עס וואָלט געקענט צוציִען מער אָנהענגער.

רם פֿרומאַנס בוך, „דער װעלטלעכער װעג‟, און אביעד קלײנבערגס „אַ װעגװײַזער פֿאַרן חילוני‟ דערקלערן וואָס עס בײַטײַט דער ישׂראלדיקער סעקולאַריזם און ווי עס וואָלט געקענט צוציִען מער אָנהענגער

[תּומר פּערסיקאָ איז אַן אָנגעזעענער שרײַבער אין ישׂראל אױף די טעמעס פֿון רעליגיע, פֿרומקײט, גלױבן, געזעלשאַפֿט און פּאָליטיק. אין אַן אַנומלטיקן בלאָגפּאָסט (אויף העברעיִש) רעצענזירט ער צװײ נאָר־װאָס אַרױסגעגעבענע ביכער װאָס פּרוּװן ענטפֿערן אױף דער קשיא, װי געפֿינט זיך הײַנט די ישׂראלדיקע װעלטלעכקײט? אָט איז מײַן איבערזעצונג דערפֿון, מיט געװיסע פֿאַרקירצונגען.] ש׳׳ב

די ישׂראלדיקע חילונים (סעקולערע לײַט) פֿילן זיך הײַנט װי אין אַ סכּנה. װען דער פּרעמיער־מיניסטער אַלײן זאָגט „מדינת־ישׂראל װעט נישט זײַן קיין הלכישע מלוכה‟, זעט מען אַז דער חשד איז נישט אומזיסט. דאָס איז אַלײן אַן אָנערקענונג פֿון דער אַלגעמײנער זאָרג בײַ סעקולערע ייִדן אין ישׂראל אין שײַכות מיט דעם שטאַרקן כּוח פֿון דער רבנות.

צװײ ביכער װאָס זײַנען לעצטנס אַרױס — „דער װעלטלעכער װעג‟ פֿון ראַם פֿורמאַן און „אַ װעגװײַזער פֿאַרן חילוני‟ פֿון אביעד [אַוויאַד] קלײנבערג — פּרוּװן געבן צו פֿאַרשטײן דעם װעלטלעכן לײענער װאָס דאָס איז אַזױנס װעלטלעכקײט (אױפֿן ישׂראל־לשון, חילוניות — סעקולאַריזם) און װאָס האָט געבראַכט צו דעם, אַז דאָס װאָרט איז מער נישט זעלבסט־פֿאַרשטענדלעך.

ראַם פֿרומאַן לײגט פֿאָר זיך אָפּצוזונדערן פֿון ייִדישקײט

ראַם פֿרומאַן האָט אָנגעשריבן אַ מאַניפֿעסט, דערקלערנדיק אַז חילונישאַפֿט, די ישׂראלדיקע נוסח פֿון וועלטלעכער ייִדישקײט, לײַדט פֿון אַן אײַנגעבױרענער פּראָבלעם װײַל ייִדישקײט „איז באַזירט אױף דער רעליגיע.‟ צוליב דעם תּוכיקן טעות לייגט פֿרומאַנען פֿאָר אַז מע זאָל זיך אָפּזונדערן פֿון דער רעליגיעזער ייִדישקײט כּדי צו ראַטעװען די חילונישאַפֿט.

אויף אַן אַנדער אָרט אין זײַן בוך זאָגט פֿרומאַן אַז „קיינער לייקנט נישט אַז די ייִדישקײט איז אין תּוך גענומען — אַ רעליגיע.‟ נאָר פֿאַראַן אַ סך װאָס זײַנען אױף דעם יאָ מחולק; נישט נאָר אַקאַדעמיקערס אַזױ װי איך, נאָר אַ סך ייִדן שוין במשך פֿון דורות. אין חומש, למשל, װערט ייִדישקײט נישט דעפֿינירט װי אַ רעליגיע. די בני־ישׂראל און שבֿטי־ישׂראל זענען גיכער אַן עטנישע גרופּירונג. אין דער צײַט פֿון צװײטן בית־המיקדש האָט די ייִדישקײט זיך צעשפּאָלטן אױף פֿאַרשײדענע טעאָלאָגישע און ליטורגישע טראַדיציעס װאָס זײַנען זיך סותר, און ראַנגלען זיך, אײנעם מיטן צװײטן. אַלע זײַנען אָבער שותּפֿים אין ברײטן ציבור פֿון „בני־ברית‟, דהײנו װידער אַן עטנישע גרופּע, אין די תּפֿוצות. אירע שׂונאים דעפֿינירן דאָס ייִדישע פֿאָלק װי אַ צווייט־ראַנגיקע מינאָריטעט.

װי באַװוּסט האָט דער ציוניזם דעפֿינירט ייִדישקײט װי אַ פֿאָלק און אַ נאַציע, װאָס האָט אַלע יאָרן געהאַט אַ ליטורגישע טראַדיציע. דאָס װאָס רעפֿאָרם־ און אָרטאָדאָקסישע ייִדן זעען זיך בײדע װי רעליגיעזע עדות מײנט דאָך נישט אַז ייִדישקײט איז בלױז אָדער אַפֿילו דער עיקר אַ ליטורגישע טראַדיציע. הײַנט, זאָגט פֿרומאַן, איז דער װעלטלעכער ציוניזם נישט בכּוח צוצושטעלן אַן ענטפֿער װעגן אידענטיטעט פֿאַרן װעלטלעכן ייִד. אין דעם איז ער אין גאַנצן גערעכט. די פּראָבלעם שטעקט נישט אין דעם רעליגיעזן שיכט פֿון ייִדישקײט, נאָר אין דער אױפֿװעקונג פֿון דער װעלטלעכער ייִדישקײט בײַם ציוניזם. דער סאָציאַליסטישער ציוניזם איז שױן פֿאַרבײַ און מיט אים איז אויך אַוועק דער וועלטלעכער שטאָלץ מיט דער העברעיִשער שפּראַך און קולטור. דערפֿאַר זוכט מען איצט אַן אַנדערע ייִדישע אידענטיטעט.

לױט פֿרומאַנען מוזן װעטלעכע ייִדן זיך אַרױסדרײען פֿון אַ פֿאַרבינדונג מיט דער רעליגיעזער מסורה. „אַזױ לאַנג װי מיר שפּילן אין דער אַרענע פֿון דער פֿרומער ייִדישקײט, זײַנען מיר געצװוּנגען אָנצונעמען דאָס גאַנצע געשעפֿט, װאָס איז כּולל די הערשאַפֿט פֿון פֿרומע מיצװת איבער אונדז.‟

דאָס אָפּזונדערן זיך פֿון ייִדישקײט: װאָס װײַטער?

פֿרומאַן לײגט פֿאָר אַ פּשוטע לײזונג פֿאַרן קריזיס פֿון װעלטלעכער ישׂראל־ייִדישקײט. „געקומען איז די צײַט צו טוישן דעם צוגאַנג און צו רעדן װעגן ישׂראלישקײט אָנשטאָט ייִדישקײט.‟

דאָס איז אָבער גאָר נישט אַזױ פּשוט. די לײזונג װאָס פֿרומען לײגט פֿאָר אױף דער קשיא פֿון װעלטלעכער אידענטיטעט שפּאַרט זיך אָן אין דעם װאָס ער דעפֿינירט װי „ישׂראל־קולטור.‟ נישטאָ קײן ספֿק אַז ס׳איז פֿאַראַן אַן אוניקאַלע ישׂראל־קולטור, און פֿרומאַן פּרוּװט דאָס אָפּמאָלן און איבערגעבן אירע צײכנס: ישׂראל־געזאַנג, ישׂראלדיקע ליטעראַטור און דער ישׂראלדיקער צוגאַנג צו יום־טובֿים (װי, למשל, ביציקלירן אום יום־כּיפּור). איך בין אָבער מסופּק אױב דאָס וועט קענען אָנפֿילן דעם טיפֿן גײַסטיקן פֿאַרלאַנג װאָס באַווײַזט זיך פֿון צײַט צו צײַט בײַ אַ סך מענטשן.

ס׳רובֿ ישׂראלים װילן אַ פֿאַרבינדונג מיט די אַמאָליקע דורות, טראַדיציעס, יום־טובֿים און פֿעסטיװאַלן, אַלטע מנהגים, געשיכטע, אַ שמץ פֿון אומראַציאָנעלקײט און מיסטעריע, שײנע מינהגים, אַפֿילו לעכערלעכע מינהגים, די קלוגשאַפֿט פֿון דורות, אַ גרופּע־איבערלעבונג. בקיצור, זײ װילן ייִדישקײט.

עס קען אָבער זײַן אַז פֿרומאַן שרײַבט נאָר פֿאַר די װאָס קענען און װילן זיך באַפֿרידיקן מיט ישׂראלדיקײט. באמת ניצט ער אַ צו־עקסקלוסיװע דעפֿיניציע פֿון חילונישאַפֿט. כּדי צו זײַן װעלטלעך איז נישט גענוג נישט צו היטן מיצװת. פֿון פֿרומאַנס קוקװינקל, „איז שװער צו באַצײכענען װי חילונים יענע װאָס שטעלן זיך אַקעגן אַן עפֿנטלעכן טראַנספּאָרט שבת אָדער שטיצן די רבנות־מאָנאָפּאָליע אױף חתונות און גטן.‟ די חילונישאַפֿט איז אַ גאַנצע זאַך אין זיך, װאָס נעמט אַרײַן סײַ װערטן סײַ קולטור, װאָס באַזירן זיך לױט פֿרומאַנען אױף עטלעכע הױפּטזײַלן: הומאַניזם, ראַציאָנאַליזם, קריטישקײט, אוניװערסאַליזם, פּלוראַליזם און אינדיװידואַליזם. בלויז אַ זאַמלונג פֿון אַזעלכע „הויפּטװערטן‟ (דאָס הײסט, לאָגישע) שטעלן פֿאָר די װעלטלעכקײט. אױב אָבער מיר באַגרענעצן אַזאַ מיוחסדיקע גרופּע נאָר צו די װאָס שטימען מיט מיט די דאָזיקע פּריציפּן, רעדן מיר באמת װעגן אַ צו באַגרענעצטער גרופּע ישׂראלים. פֿרומאַנס באַגריף אַז ער איז טײל פֿון אַ באַדריקטער מינאָריטעט איז אַ פֿאַרכּישופֿטע ראָד. צו די װאָס נעמען יאָ אָן זײַנע דעפֿיניציעס באָט ער אָן אַ פּלאַן װאָס נעמט אַרײַן עטלעכע פּונקטן:

1) אױספֿורעמען און אױפֿהיטן די דאָזיקע װעלטלעכע װערטן
2) אױפֿהײבן די ישׂראל־קולטור דורכן פֿאַרמינערן די װאָג פֿון דער ייִדישער מסורה;
3) אַנטװיקלען פּאָלעמיק־מיטלען צו פֿאַרטײדיקן קעגן דעם אלגעמיינעם פראצעס פון פארפרומט-ווערן פון דער געזעלשאפט
4) אױסצושטאַלטיקן זיך װי אַ װעלטלעכער „שבֿט‟; דאָס הײסט, זיך אָפּצוזונדערן פֿון דער מלוכה און אָרגאַניזירן זיך װי אַ מינאָריטעט אין סכּנה פֿון אונטערגאַנג. ער לײגט פֿאָר אָפּצושאַפֿן דעם רעליגיעזן גיור, זיך אָפּצוזאָגן פֿון חתונה האָבן אָדער זיך גטן דורך דער רבנותּ (װאָס דאָס שטיץ איך), אָפֿן אַרומצורעדן ספֿקות לגבי דער נײטיקײט פֿון ברית־מילה און אױב יאָ — אַדורכפֿירן אים בלױז דורך אַ דאָקטער;
5) דורכפֿירן בר־מיצוות נאָר אױף אַ װעלטלעכן אופֿן, און אַזױ װײַטער.

איז װאָס קען מען זאָגן? דער באַפֿעלקערונג־סעקטאָר װאָס פֿרומאַן צילט דערױף איז נישט קײן גרױסער. רובֿ ישׂראלים װאָס היטן נישט מיצוות זײַנען נישט אינטערעסירט אין אָפּזונדערן זיך פֿון זײער ייִדישקײט, און װילן זיך אױך נישט באַציִען צו דעם װי צו אַ „װײַטער מומען‟, װי ער לײגט פֿאָר. ס׳רובֿ זײַנען יאָ אינטערעסירט אין ייִדישער אידענטיטעט, כאָטש יענע אידענטיטעט איז צו שװאַך און אָפּהענגיק אין אַן עטנאָ־צענטרישער נאַציאָנאַליטעט. די אמתע פֿראַגע שטעקט אין דעם, צי פֿורמאַנס מאַניפֿעסט װעט אױך לאָזן אין גאַנג אַ פּאָליטישע באַװעגונג. נאָר אַ בשותּפֿותדיקע אָרגאַניזירונג אַרום פֿרומאַנס צוגאַנג װעט מצליח זײַן. מיר איז שװער צו זען אַז דאָס זאָל אַ מאָל געשען. ביז דעמאָלט שטעלט פֿרומאַנס בוך פֿאָר אַן אינטערעסאַנט קול, אַפֿילו אױב ס׳איז, לױט מײַן מײנונג, אַ טועתדיקער אַרגומענט אין דעם איצטיקן קאַמף פֿאַר דער ייִדישער אידענטיטעט אין ישׂראל.

קלײנבערג דערקלערט ווי מע קען צענעמען דעם מאָנאָטעיִסטישן גלױבן

דאָס בוך פֿון אביעד (אַװיאַד) קלײנבערג איז אַנדערש פֿון פֿרומאַנס. דאָ רעדט זיך נישט װעגן אַ מאַניפֿעסט, נאָר װי עס שטײט געשריבן אין טיטל (מדריך לחילני) — װעגן אַ מדריך, אַ װעגװײַזער. קלײנבערג האָט אָנגעשריבן אַ װעגװײַזער צום חילוני װאָס ס׳איז אים שוין נימאס דאָס פֿאַרמעסטן זיך מיט אַרגומענטן פֿון פֿרומע ייִדן, בפֿרט ווען מע פּרוּװט אים „אױפֿװײַזן‟ אַז ס׳איז דאָ אַ גאָט אויף דער וועלט, װאָס ער האָט זיך אַנטדעקט אױף באַרג סיני, און פֿאַר װאָס אים איז װיכטיק דו זאָלסט דװקא פֿאָלגן אױף אַ פּינקטלעכן אָפֿן זײַנע געזעצן. אַזױ װי דער פֿרומער ייִד פֿירט זיך אױף אַ רעכטפֿאַרטיקן אופֿן אין דעם ענין זײַן גאַנץ לעבן, און דער װעלטלעכער ייִד פֿירט זײַן לעבן, בדרך־כּלל, אױף אַ זעלבסט־פֿאַרשטענדלעכן און אונטערבאַװוּסטזיניקן אופֿן, איז נײטיק, האַלט קלײנבערג (און מיר דאַכט זיך מיט רעכט) אַז אַזאַ בוך זאָל זיך קאָנצענטרירן אויפֿן פּונקט, „דע מה להשיבֿ‟ — דערוויס זיך װאָס צו ענטפֿערן דעם גלײביקן.

לױט קלײנבערג, פֿאָלגן די חילונים צװײ תּנאים. ערשטנס, גלײבן זיי נישט אַז אַן אײבערשטער כּוח דערװאַרט פֿון זײ, אַז זײ זאָלן טאָן אָדער גלײבן עפּעס בפֿרט. צװײטנס, נעמען זיי נישט אָן אױף קײן שום אופֿן די אױטאָריטעט פֿון רעליגיעזן עסטאַבלישמענט. דערפֿאַר זײַנען פֿאַראַן חילונים װאָס גלײבן אין גאָט, כאָטש נאָר מיטן תּנאַי אַז דער דאָזיקער גלױבן איז נישט כּולל דאָגמאַטישע באַפֿעלן פֿון געדאַנק אָדער אַקציע. פֿאַראַן אױך חילונים װאָס געפֿינען זיך אין קאָנטאַקט מיטן עסטאַבלישמענט אָדער מיט דער רעליגיעזער טראַדיציע, אָבער זיי אַליין באַשטימען די באַדינגונגען פֿון אַזאַ קאָנטאַקט.

ס׳איז גוט װאָס קלײנבאַרגס בוך אַטאַקירט נישט דעם עצם גלױבן אין גאָט (װאָס האָט באמת נישט קײן װיכטיקײט װי אַ פּראַקטישער ענין), נאָר דאָס גלײבן אין דעם התגלות, דאָס אַנטפּלעקן זיך פֿון גאָט, דאָס הײסט דער באַגריף אַז אין אײן אײנציקן היסטאָרישן מאָמענט — זאָל זײַן אױף באַרג סיני, די קרײציקונג און אױפֿלעבונג פֿון אַ געוויסן יונגערמאַן פֿונעם גליל אָדער דאָס שעפּטשען פֿון אַ מלאך צו אַן אַראַבישן סוחר אינעם סאַודישן מידבר — האָט דער דערבאַרעמדיקער גאָט געגעבן דער מענטשהײט אײביקע לערנונגען פֿון תּעשׂה און לא תעשׂה, וועלכע מיצוות מע דאַרף טאָן און וועלכע עבֿירות מע דאַרף אויסמײַדן.

ס׳איז אַ סך גרינגער אָפּצוּוואַרפֿן יענע התגלות אָדער אַנטפּלעקונג פֿון גאָט איידער די עקסיסטענץ פֿון גאָט אַליין, און די רעזולטאַטן זײַנען דראַמאַטיש. אָן באַרג סיני בלײַבט מען אפֿשר מיט גאָט, נאָר די גאַנצע ייִדישע מסורה (װי די קריסטלעכע און די מוסולמענישע) װערט אַ מענטשן־אונטערנעמונג, דאָס הײסט אַ היסטאָרישע באַשאַפֿונג, און דערפֿאַר נישט אוניקאַל, אײנמאָליק, פֿינאַל אָדער אײביק.

כאָטש קלײנבערג לאַנצירט נישט קײן דירעקטע אַטאַקעס אױפֿן געדאַנק פֿון אַ מאָנאָטעיִסטישן גאָט, טוט ער דאָס יאָ אױף דער עקסיסטענץ װי זי ווערט באַטראַכט אין דער מאָנאָטעיִסטישער טראַדיציע — פֿון מעשׂה בראשית, דורך דעם פֿאַרלאַנג צו געפֿינען אַן „ערשטע סיבה‟ צום אוניװערס, ביז צו דער פֿראַגע, פֿאַר וואָס געפֿינט זיך בײזס אין דער װעלט.

איין זאַך וואָס איז מיר ספּעציעל געפֿעלן איז קלײנבערגס קריטיק אַז דאָס בײזס איז נײטיק כּדי מענטשן זאָלן האָבן אַ פֿרײַען װילן. דאַכט זיך, אַז אױב דער דערבאַרעמדיקער גאָט דערמעגלעכט נישט ס׳זאָל אױך זײַן בײזס, װעלן מיר נישט מסוגל זײַן אױסצוקלײַבן דאָס גוטס, און במילא װעט פֿעלן בחירה חפֿשית, אַ פֿרײַער ווילן. אָבער, שרײַבט קלײנבערג, לאָמיר אָננעמען, לױטן דאָזיקן אַרגומענט, אַז דער פֿרײַער װילן איז אַ גוטע מידה. אױב אַזױ, פֿאַר װאָס װערט די דאָזיקע פֿרײַהײט באַגלײט מיט אַן ערנסטער באַגרענעצונג אױף אונדזערע אינטעלעקטועלע פֿעיִקײטן? פֿאַר װאָס זײַנען מיר נישט באַשאַפֿן געװאָרן מיטן קענטעניש צו װיסן די אימפּליקאַציעס פֿון יעדן אַקט אונדזערן? פֿאַר װאָס זײַנען מיר נישט באַשאַפֿן געװאָרן וויסנדיק װאָס װאָלט אונדז באמת צוגעהאָלפֿן? עס לײגט זיך אױפֿן שׂכל אַז װען מיר װאָלטן געהאַט אַזאַ קענטעניש װאָלטן נאָך אַלץ געװען אַזוינע װאָס קלײַבן אױס בײזס, נאָר אַ סך װײניקער.

פֿאַר װאָס טאַקע האָט דער דערבאַרעמדיקער גאָט, צוזאַמען מיטן פֿרײַען װילן, אונדז נישט געגעבן גענוג שׂכל צו פֿאַרשטײן װען מיר טוען אָפּ שאָדן זיך אַלײן און יענעם און װען נישט? דערצו: פֿאַר װאָס האָט ער געגעבן טײל פֿון אונדז אַ ביסל װײניקער פֿון דעם פֿאַרשטאַנד און טײל פֿון אונדז אַ ביסל מער? דאָס גראָבט אונטער דעם גאַנצן געדאַנק פֿון פֿרײַען װילן און יושר אין לױן און שטראָף.

„איך נעם אָן — שרײַבט קלײנבאַרג — אַז דער רמב״ם, אָדער ישעיהו לײבאָװיטש װאָלטן נישט געטאַנצט אַרום װאָסער־נישט־איז קעלבל, מאַכט נישט אויס צי אַהרון הכּוהן האָט דאָס יאָ פֿאָרגעלייגט, צי נישט. כ׳וויל בלויז אַ ביסל מער פֿאַרשטאַנד, איז דאָס צו פֿיל צו בעטן?‟ אױב מיר בעטן בײַם מאָנאָטעיסטישן גאָט, װײַזט זיך אַרױס – אַז יאָ.

די חילונישאַפֿט זוכט אַ באַטײַט

די װעלטלעכע ייִדישקײט אין ישׂראל איז אין קריזיס, אָבער נישט צוליב דעם װאָס דער פּראָצעס פֿון חילוניזאַציע האָט זיך אָפּגעשטעלט. די סעקולאַריזאַציע גײט װײַטער אָן אין ישׂראל, און אין דער װעלט בכלל, מיטן פֿולן אימפּעט. דער כּוח פֿון דער עסטאַבלישמענט־רעליגיע ווערט אַלץ שוואַכער, שױן די לעצטע דרײַ הונדערט יאָר. די צאָל מענטשן װאָס פֿאַרלאָזן די רעליגיעזע עסטאַבלישמענט־שטראָמען האַלט אין אײן שטײַגן אין מערבֿ, און עס מערן זיך די כּוחות מיט טענות קעגן זײער אױטאָריטעט. חוץ די פֿונדאַמענטאַליסטן און פֿאַרשידענערלײ פֿאַנאַטיקערס איז נישטאָ װער ס׳זאָל האַלטן אַז די טראַדיציאָנעלע װערטן װאָס נעמען זיך פֿון תּנך (למשל בן־סורר־ומורה אָדער משכּבֿ־זכור, אָדער דיסקרימינאַציע קעגן פֿרױען) זאָלן שטימען מיט די נאָרמעס װאָס אונדזער הײַנטיקער קוקווינקל קענען פֿאַרדייען. די פֿילפֿאַרביקע פֿאַנטאַזיע פֿון בצלאל סמאָטריטש קלאָרט גוט אויס דעם ענין.

װאָס איז הײַנט — דאָס הײסט, אין די לעצטע יאָרצענדליקער — יאָ נײַ איז װאָס די גערעמען פֿון װעלטלעכע אידעאָלאָגיעס געפֿינען זיך אױך אין קריזיס. טײל, װי דער נאַציאָנאַליזם אָדער דער סאָציאַליזם, זײַנען אַ בלײכער שאָטן פֿון דעם װאָס זײ זײַנען אַ מאָל געװען. אַנדערע, װי דער סאָציאַלער דאַרװיניזם אָדער דער עקסיסטענציאַליזם, זײַנען אין גאַנצן אונטערגעגאַנגען. געבליבן איז בלויז דער ליבעראַליזם מיט אַלע זײַנע וואַריאַציעס, װאָס דינט גוט װי אַ סיסטעם צו אָרגאַניזירן דאָס לעבן פֿון פֿאַרשײדענע גרופּעס אין שײַכות מיטן עקאָנאָמישן וווילזײַן אָבער טויג נישט ווי אַ מקור פֿון באַטײַט אָדער אידענטיטעט.

איך אַליין בין נישט קיין חילוני, נאָר גיכער אײנער װאָס זאָרגט זיך אַז אויב מיר וועלן ניט היטן דעם ליבעראַלן גערעם, װעלן מיר זיך אַראָפּלאָזן אין אַ גרוב פֿון אַנטי־הומאַניסטישן נאַציאָנאַליזם, צוגעװירצט מיט מאַכטפֿאַרמעסטן פֿון פֿונדאַמענטאַליסטישע סעקטן. מוז איך האָפֿן אַז אַ פּאָזיטיװער גערעם פֿון באַטײַט און אידענטיטעט וועט אַרויסקומען פֿון אָט דעם װעלטלעכן קריזיס. די דאָזיקע צװײ ביכער ענטפֿערן נישט אױף דער גרױסער קשיא, נאָר מע קען האָפֿן אַז זײער רעזולטאַט, און דער רעזולטאַט פֿון ענלעכע ביכער, סימבאָליזירן דעם ערשטן פּרוּוו צו אָנערקענען דעם קריזיס.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.