אוידיאָ: דאָרט וווּ קיין ייִדיש־מענטש איז ניטאָ, זײַ דו אַ ייִדיש־מענטשListen: If There’s No Yiddishist Around, You Be That Yiddishist
ווי דער אינספּעקטאָר פֿאַרן ייִדיש־לימוד אין די ישׂראלדיקע מלוכה־שולן האָט מרדכי דוניץ אײַנגעפֿירט קלאַסן אין 50 שולן מיט בסך־הכּל 3,000 תּלמידים.
You can hear this article read by Rukhl Schaechter, by clicking below
לזכר מרדכי דוניץ (2019-1922)
מע קען זיך צוהערן צו אַנדערע אַרטיקלען פֿונעם פֿאָרווערטס פֿאָרגעלייענט דורך שׂרה־רחל שעכטער, ווי אויך אַנדערע פֿאָרווערטס־רעקאָרדירונגען, דורכן קוועטשן דאָ.
דעם 22סטן יולי, 2019, איז אינעם ייִשובֿ קדימה-צורן, צענטראַל־ישׂראל, אַװעק אין דער אײביקײט דער ייִדישער קולטור־טוער, אַ זעלטענער ייִד — מרדכי דוניץ (פֿון דער הײם: דוניעץ).
דוניץ, װי מע פֿלעגט אים רופֿן, איז לאַנגע יאָרן געװען אַ באַליבטער, װיכטיקער און טעטיקער קולטור־טוער אין ישׂראל, און װעט לאַנג דערמאָנט װערן װי אַ זײַל פֿון ייִדיש, דער עיקר אױף צװײ געביטן: במשך פֿון 28 יאָר האָט ער געדינט ווי דער פֿאָרזיצער פֿון דער ירושלימער ייִדישער קולטור־געזעלשאַפֿט און ער איז אויך געווען דער ערשטער אינספּעקטאָר פֿאַרן ייִדיש־לימוד אין די ישׂראלדיקע שולן, אונטער דעם בילדונגס־מיניסטעריום פֿון מדינת־ישׂראל.
געבױרן איז ער אין 1922, אין דעם װײַסרוסישן שטעטל זשעטל, וווּ ער האָט פֿאַרענדיקט די תּרבות־שול און די גימנאַזיע. אין 2012, לכּבֿוד דוניצעס 90סטן געבױרנטאָג, האָט פּעסיע פּאָרטנױ געשריבן פֿאַרן פֿאָרװערטס אַן איבערבליק פֿון זײַן װאַנדערװעג: װעגן זײַן שטעטל, זײַן איבערלעבן דעם גיהנום פֿון די חורבן־יאָרן, ביז־כּל זײַן אַרױסװאַנדערן קײן אַמעריקע, זײַן עולה זײַן קײן ישׂראל אין 1978 און זײַנע אויפֿטוען ווי אַ קולטור־טוער.
דוניץ האָט, אַגבֿ, אױך במשך פֿון אַ צאָל יאָרן געפֿירט בײַם „פֿאָרווערטס‟ די װעכנטלעכע רובריק „בריװ פֿון ירושלים‟.
איך װיל זיך אָבער טײלן מיט אײַך מיט אַן אַנדער אַספּעקט פֿון מרדכי דוניצעס װיכטיקן בײַטראָג צו ייִדיש אין ישׂראל — װי דער ערשטער אינספּעקטאָר איבערן ייִדיש לימוד אין ישׂראל, בײַם בילדונגס מיניסטעריום.
דוניץ איז געװען אַ דערציִער. ער האָט פֿאַרענדיקט דעם ייִדישן לערער־סעמינאַר אין ניו־יאָרק און געװען טעטיק מיט העברעיִשער דערציִונג אין אַמעריקע וווּ ער האָט געהאַט פון אַל דעם גוטס. נאָכן אָנקומען קיין ישׂראל האָט ער גענומען אױף זיך דעם שװערן עול און שליחות פֿון דינען ווי דער ייִדיש־אינספּעקטאָר דאָ. בײַם אָנהייב זײַנען בלױז געװען דרײַ שולן װאָס האָבן געהאַט אײַנגעפֿירט ייִדיש װי אַן אויסקלײַב־לימוד. ער האָט זיך אָבער אַרײַנגעטאָן אין דער הײליקער אַרבעט מיט לײַב און לעבן — ווי אַ מין משה רבינו בעתן וואַנדערן אין מידבר. ביז זײַן פּענסיאָנירן זיך פֿון דער אַרבעט אין 1997 איז אים געלונגען אײַנצופֿירן ייִדיש־קלאַסן אין פֿופֿציק ישׂראלדיקע שולן, מיט אַ דרײַ טױזנט תּלמידים. (אַ שאָד נאָר, װאָס זינט יענעם הױכפּונקט איז די צאָל ייִדיש־קלאַסן אין די שולן, צוליב פֿאַרשײדענע סיבות, שטאַרק רעדוצירט געװאָרן).
װאָס ס׳איז אָבער קלאָר איז, אַז ער האָט עס אַלץ דערגרײכט אַ דאַנק זײַן מסירת־נפֿש. װי אַ מין דאַן־קיכאָטע האָט ער געמוזט קעמפֿן קעגן די װינטמילן פֿון דער צײַט און פֿון דער ביוראָקראַטיע: פֿאַראינטערעסירן שול־פּרינציפּאַלן, אַז זײ זאָלן דערלױבן אײַנצופֿירן דעם ייִדיש־לימוד בײַ זיי אין שול (אויך דאָרט וווּ דאָס רובֿ תּלמידים זײַנען ניט פֿון אַשכּנזישן אָפּשטאַם), פֿאַראינטערעסירן סײַ די עלטערן סײַ זײערע קינדער, כּדי עס זאָלן זײַן גענוג תּלמידים פֿאַר די קלאַסן — און פֿאַרשטײט זיך, זען אַז עס זאָלן זײַן פּאַסיקע לערערס פֿאַר די אַלע שולן… ניט קײן לײַכטע אַרבעט צו שאַפֿן די ייִדיש־אָאַזיסן אין ישׂראלדיקן דערציונגס־מידבר לגבי ייִדיש.
אָבער דאָס איז ניט אַלץ. ער האָט זיך אױך געראַנגלט מיט די אינסטאַנצן פֿון דער בילדונגס־מיניסטעריום און בײַם איבערצײַגן די שטאָט־ראַטן צו באַקומען די געהעריקע בודזשעטן. פּאַסיקע לערן־מאַטעריאַלן האָט ער אַלײן צונױפֿגעשטוקעװעט מיט פֿאָטאָקאָפּירטע לידער און מעשׂהלעך לכּבֿוד די יום־טובֿים און אויף טעמעס פֿון אַ גאַנץ יאָר. ער האָט אויך אַרױסגעגעבן קלײנע לערנהעפֿטן (װאָס יעדער אײנער װאָס איז דערשינען איז געװען װי אַ יום־טובֿ פֿאַר זיך!)
אַלץ האָט דוניץ צוגעפּאַסט פֿאַר דער ישׂראלדיקער שולסיסטעם, מיט געהעריקע איבערזעצונגען אױף עבֿרית. פֿאַרשטײט זיך, אַז ער האָט דאָס ניט אַלץ אַלײן געטאָן, נאָר געװען אַ מין גענעראַל מיט אַ גאָר קלײנער צאָל געהילפֿן און שטיצער (גרשון װײַנער פֿון בר־אילן אוניװערסיטעט, למשל, אָדער יצחק קאָרנס „װעלטראַט פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור‟ װאָס האָט געשטיצט דעם אַרױסגעבן די העפֿטן).
דערצו האָבן די לערערס און לערערקעס אים זײער ליב געהאַט װײַל ער איז ניט נאָר געװען זײער װעג־װײַזער, נאָר אַ ייִדיש־מענטש, דאָרט וווּ קײן ייִדיש־מענטש איז ניט געװען.
אויף יוטוב קען מען זען ווי דוניץ דערציילט וועגן אַבֿרהם סוצקעווערס לוויה אין יאַנואַר 2010 און ווי ער לייענט פֿאָר צוויי פֿון סוצקעווערס לידער — „אונטער דײַנע ווײַסע שטערן‟ (אויסגעפֿירט נאָך דעם דורך דער זינגערין בעטי קלײַן) און „ווער וועט בלײַבן?‟
דוניץ האָט פֿאַראָבֿלט זײַן פֿרױ, ציונה; דרײַ זין — דוד, רוני, און אַרני און אַן עלטערע שװעסטער פֿאַניאַ בראָדסקי — אַחוץ אים, די אײנציקע לעבן־געבליבענע פֿון דער חשובֿער משפּחה דוניעץ פֿון פֿאַר דעם חורבן. אויף דער לוויה אין קדימה־צורן האָט דוניצס זון רוני געהאַלטן אַ רירנדיקן הספּד אויף העברעיִש, וואָס איך גיב דאָ איבער אויסצוגן דערפֿון אין דער ייִדישער איבערזעצונג:
װען מיר זײַנען געװען קלײנע, פֿלעגסטו אונדז אױסלערנען פֿאַרשײדענע אױסדרוקן. דאָס באַליבטסטע װערטל בײַ דיר איז געװען „במקום שאין בו איש השתדל להיות איש‟ [דאָרט װוּ קײן מענטש איז ניטאָ, באַמי זיך צו זײַן אַ מענטש] — אַן אױסדרוק פֿול מיט מענטשלעכקײט און אָפּטימיזם.
איך האָב דעמאָלט געטראַכט, און איך קלער נאָך הײַנט: װי קען אַ מענטש װאָס האָט איבערגעלעבט די קאַלטבלוטיקע רציחה — ממש גלײַך לעבן אים — פֿון זײַן מוטער, פֿאָטער, און ייִנגערן ברודער מצד די נאַציס און זײערע מיטהעלפֿערס, געקענט נאָך אַ מאָל און װידער אַ מאָל איבערחזרן דאָס װערטל? װאָס איז דער כּישופֿדיקער סוד דײַנער, טאַטע, אַז איך האָב אַפֿילו קײן איין מאָל פֿון דיר ניט געהערט קיין שׂינאה, פֿאַרדראָס, צי נקמה? דו ביסט תּמיד געװען דער לערער, דער אָפּטימיסט װאָס האָט געגלײבט אינעם כּוח פֿון מענטשלעכן גײַסט.
אינעם יאָר 2000 זײַנען מיר געפֿאָרן באַזוכן דײַן שטעטל, זשעטל. דו, די מאַמע און מיר, דײַנע דרײַ זין. אױף דעם היסטאָרישן באַזוך, האָסטו זוכה געװען אַדורכצופֿירן אַן הזכּרה. עס איז געװען אַן אומפֿאַרגעסלעכע איבערלעבונג, וווּ דו האָסט געקענט באַװײנען דעם אָנװער פֿון דײַן משפּחה אין אַ מאַסנגרוב, און געפֿינען צײַט צו זיצן מיט דײַנע קינדער און דערצײלן זײ װעגן דער טײַערער װעלט װאָס איז אױסגעראָטן געװאָרן. דו האָסט דעמאָלט געזאָגט: ׳װער האָט געגלייבט אַז מיר װעלן זוכה זײַן — מיר, די שארית־הפּליטה — צו לעבן אַזױ לאַנג? מיר האָבן נאָר געטראַכט װעגן מאָרגן, נאָך אַ טאָג און נאָך אַ טאָג … שווער צו גלייבן אַז מיר האָבן דערלעבט ביזן יאָר 2000!׳
אָבער טאַטע, דו האָסט ניט נאָר דערגרײכט דאָס יאָר 2000, נאָר דערלעבט נאָך 19 יאָר, און במשך פֿון דער צײַט האָסטו ווײַטער אָנגערירט דאָס האַרץ פֿון די מענטשן אַרום דיר, דורך די הונדערטער אַרטיקלען װאָס דו האָסט געשריבן אױף ייִדיש, העברעיִש און ענגליש; דורך רעפֿעראַטן װאָס דו האָסט געגעבן במשך פֿון מער װי זיבעציק יאָר, אױף דרײַ קאָנטינענטן, אין פֿאַרשידענע קהילות, און דורך די הונדערטער אונטערנעמונגען װאָס דו האָסט אָרגאַניזירט און אָנגעפֿירט מיט זײ פֿאַרן ייִדיש־רעדנדיקן עולם און פֿאַר ייִדיש־קולטור אין ירושלים.
טאַטע, נאָך דער אָפּשװאַכונג פֿון דײַן געזונט אין די לעצטע יאָרן, פֿלעג איך דיר זאָגן יעדן טאָג װיפֿל איך האָב דיך ליב, און דו האָסט מיר שטענדיק איבערגעחזרט דעם זעלבן זאַץ מיט אַ קוש מיר אין באַק. איז אױך דאָס מאָל װיל איך דיר זאָגן — נאָר צום לעצטן מאָל — איך האָב דיך ליב, טאַטע און דאַנק דיר אַזױ פֿיל פֿאַר דער נשמה װאָס דו האָסט אין מיר אַרײַנגעפֿלאַנצט.
שלום, מײַן ליבער טאַטע.‟
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO