Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

וועגן די שוואַרצע בגדים בײַ פֿרומע ייִדןDid Frum Jews Always Dress In Black?

לויט אַ געוויסער גמרא האָבן דווקא די ישמעאלים געטראָגן שוואַרצע קליידער

(טייל פֿון אַ סעריע וועגן חסידישע בגדים)

לאמיר היינט אנהייבן מיט א שמועס וועגן חסידישע שיך. חסידים און כניאקן מאכן אן עסק פון שיך, נו וואס דען… ווי א יעדער בגד ביים חסיד. הכלל, איז פאראן א חשובער חסידישער מלבוש וואס הייסט, חסידישע שיך‟. דאס איז מיוחד פארן רעביש קינד אדער כניאק, די וואס גייען אין פילן רבישן און כניאקישן לבוש, און אויך פאר מאסן געווענדליכע חסידים אום שבת. צו דעם דארף מען טאקע גיין ארויפגעצויגענע הויזן זאקן און א כניאקישע טראגע, אז נישט האט עס א פנים ווי א שטריימל אויף א מגולח.

אט דער ספעציעלער שיך פארמאגט צו אלעם ערשטן נישט קיין בענדלעך, דאס איז ווי דער יסוד. פארמאגט דער שיך א האלבער איבערדעק־צונג הייסט עס האלבע שיך; מיט א פערטל איבערדעק צונג הייסט פערטל שיך, צומאל אויסגעשניטן ווי שני לוחות הברית.

ווי געשיקט זיך איז אזא פאר שיך שווארץ. האט איר שוין אמאל געזעהן א חסיד, אפילו א באלבאטיקס מיט די בענדלען, גיין אין ברוינע אדער גרינע שיך?… אפילו די גרעסטע רבי’ס, אפילו די וואס גייען געבלימטע אדער ווייסע בעקעשעס, וועלן אבער זייער שיך האלטן שטרענג גלאט און שווארץ.

בכל אופן, ווען מע טראגט רבי’שע, חסידישע, שיך, און ווען עס שטימט, פארשטייט זיך, מיט די איבעריגע סקארבאווע בגדים, קען מען נישט טון עפעס אנדערש, נאר גיין אין רבי’ס שטיבל און טאנצן פארן רבי’ןס הקפות און מצוה טאנץ. פיס וועלעכע טראגן אזעלעכע שיך זענען הונדערט פראצענט ריין כשרע פיסלעך וועלכע האבן נישט טועם געווען קיין טעם חטא, גרייט אריין צו שפאצירן אין גן עדן צווישן די אנדערע חשובע שיך און זאקן אידן.

שיך פאר זיך, אפגעזעהן פון זיין פארעם, איז אודאי גאר אלט ביי אידן. וואס דארף מען מער פון דעם אז משה רבינו איז געגאנגען אין שיך. חז”ל זאגן אפילו אן מען זאל נישט ארומגיין אן שיך, ווייל אן שיך האט אמאל געמיינט בארפיס. דאס מיינט אבער נישט אז שיך איז הייליג, אפשר פארקערט, ווען עס האנדלט זיך פון א מקום קדוש, גייט מען אן שיך. משה און יהושע האבן די שיך געדארפט אויסטון אינעם מקום קדוש, אויך די כוהנים ביי די עבודה און היינט ביים דוכענען טוען אויס די שיך. 

מיר דא אבער רעדן פון חסידישע שיך, ווי לאנג צוריק גייט עס? די סיבה פון חסידישע שיך איז זיך צו האלטן מיטן לבוש פון אונזערע עלטערן. איז די שאלה, צו איז דער אור אלטער שיך מימי החכמים והנביאים טאקע געווען האלבע און פערטל שיך אן בענדליך? דאכט זיך אז חז”ל דערמאנט אן אנדער סימבאליש אידישער שיך, דאס איז “ערקסא דמסאנא” – א אידישער שיך בענדל. זעהט מען קודם כל אז א שיך-בענדל איז דוקא יא א אידישער זאך, מיט אן אור אלטער אידישע מסורה. און וויאזוי קוקט טאקע אויס א אידישער שיך בענדל? זאגן געוויסע ראשונים אז א אידישער שיך בענדל איז ווייס און א גויאישער שיך בענדל איז שווארץ.

גייען מיר טאקע אריבער צו דער ענין פון שווארץ, דער גאנצער שווארצער הילע וואס נעמט איין די חסידישע און פרומע וועלט. היינט איז א טונקעלער בגד א הויפט סימן פון א „משלנו‟ איד, א באלעבאטיגס מעג נאך אינדערוואכן גיין א טינקל בלויער ראק, אבער א כניאק גייט ריין שווארץ. אנדערע קאלירן, אפילו איידעלע גרין אדער ליכטיג בלוי פאר עפעס וואס איז נישט קיין רבישע בעקעשע, איז נישט היימיש. 

איז טאקע שווארץ דער אור אלטער אידישער מסורה?

„ארץ ישראלדיגע אידן גייען אין ווייסן און בבל’ישע אידן אין פארביגע בגדים,‟ דערציילן די חז”ל. „שווארצע קליידער טראגן די ישמעאלים,‟ זאגט אן אנדערער גמרא. הכלל, שווארץ איז א גויאישער לבוש. דער תנא ר’ אילעאי זאגט: „אז עס וויל זיך עמיצן זינדיגן און קען זיך נישט איינהאלטן, זאל ער זיך איינהילן אין שווארצן און קליידן אין שווארצן און אפטון די גלוסטעניש פון זיין הארץ וואו קיינער דערקענט אים נישט אלס א איד.‟

אויך דא קומט אפיר יוסף’ס העמדל. לויט בן עזרא איז עס גאר א בגד מיט ליניעס פון פארשידענע פארבן. אויף די בגדי כהונה ווידער דארף מען נישט קיין פשט פון בן עזרא, עס שטייט קלאר געשריבן אז זיי זענען אדער ווייס אדער פארביג. אז א וואלענער בגד איז געפארבט געווארן מיט תכלת און ארגמן [פורפל], די טייערע פארבן פון די אמאליגע פיניקער פון די שטעט צור און צידון, איז דער בגד פארוואנדלט געווארן אין א פאטריארכאלישער מייעסטעטישער בגד, כאילו א תנ”כ’ישע רבישע בעקישע.

שווארץ איז לויט דער גמרא א סימבאל פון עצבות, אבלות. אן אינטרעסאנטע מעשה’לע זעט מען אין דער גמרא. א פארפרומטער איד האט אמאל אנגעטון שווארצע שיך אלס סימן אבלות נאכן חורבן. האט אים דער ראש גלותא מעניש געווען: ‘האלט דיך נישט גרויס מיטן צייגן מער אבילות אויפן חורבן ווי אלע אנדערע!‟ האט דער ריש גלותא בייז געמאלדן. 

דאס שווארצקייט פאר א בגד האט ווארשיינליך אירע ווארצלען ביי די מאנאכן פון טונקעלע מיסטיקער. עד היום זאגן די פראוויסלאוונע מאנאכן, אז זיי הילן זיך אין שווארצן דערפאר ווייל עס דערמאנט זיי די יום המיתה. ביים איד ווידער, לויט אלטע מקורות, איז דא איין מאל א יאר וואס מען הילט זיך במכיוון מיט קליידונג פאר די זעלבע סיבה, אבער אויך דאן, דוקא אין ווייסן פון פשתן, פֿלאקס. דאס איז לויט די וואס האלטן אז דער מנהג פונעם יום כיפור’דיגן קיטל איז צו דערמאנען די תכריכים.

ווער רעדט נאך וועגן שבת: ביז מיט עטליכע הונדערט יאר צוריק איז קיין איד נישט געגאנגען מיט א טונקל בגד אום שבת. אדרבא, ביי די תימנים איז דא אן אלטער מנהג וואס ווערט דערמאנט שוין אין דער גמרא, אז פרייטאג גייט מען א שווארצליך בגד, כדי צו שאפן א בולטן אונטערשייד ווען מען טוט פארנאכטס אן דעם ווייסן אדער קאלירטן בגד לכבוד שבת (אזויווי מען בלאזט נישט קיין שופר אום ערב ראש השנה, אדער מען עסט נישט מצה אום ערב פסח). נאך מיט קארגע פינף הונדערט יאר צוריק האבן מקובלים געווארנט אז גיין שבת אין שווארצן איז ווי זיך אויסבעטן דאס גיהינום.

אפילו די ערשטע חסידים, פון דעם בעל שם טוב ביז עטליכע דורות שפעטער זענען אלע געגאנגען אין ווייסע בעקעשעס אום שבת. געווען זענען עס די בעלזע רבי’ס און חסידים וועלעכע האבן די ווייס אפגעשאפן. אין יענע יארן איז שווארץ באטראכט געווארן אלס פשוט, לעומת ווייס וועלעכע האט אויסגעקוקט שרייעדיג. געבליבן איז די ווייסע זאקן, הגם אין בעלז גופא האט מען אויך די ווייסע זאקן אפגעשאפן, היינט גייען זיי שווארצע. 

באקאנט איז די מעשה, אז דער צדיק איז אנגעקומען קיין ירושלים האט ער געזאגט, אט דער געשטרייפטער גאלדענער קאפטן איז דער רעכטער לבוש פון אברהם אבינו; די אראבער ווייסן ווי צו היטן די מסורה, זיכער האבן זיי נישט משנה געווען פון אברהם אבינו. 

הייסט עס, נאך א באווייז, און טאקע פון א חסידישער מקור, אז שווארץ איז נישט די מסורה, און גלייכצייטוג א שטיקל איראניע, וואס די אראבער ווייסן בעסער ווי צו היטן דעם אריגינעלן אידישן לבוש ווי די אידן אליין. דער געשטרייפטער בגד איז אפשר טאקע א דערמאנונג צו יוסף הצדיקס כתונת פסים, געשטרײַפֿטן העמדל, לויטן בן עזרא.

און צום שלוס, אז מען רעדט פון בגדי שבת, איז א ספק ווי אלט דער באגריף בגדי שבת איז. חז”ל הייסן טאקע זיך פאר’שבת’ן מיט א שיינעם לבוש אדער, אמווייניגסטנס, פארלענגערן דעם זעלבן לבוש. אבער קיין ליסטע פון בגדי שבת איז נישטא אין די חז”ל. אין תנ”ך ווידער הייבט זיך דער גאנצער ענין פון בגדי שבת נישט אן, נאר טאמער גיט מען שפעטעריגע אריינלערנונגען, פארטייטשונגען, אין די פסוקים

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version