Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אין דעם ראָמאַן דערהרגעט אַ ייִדישער אַקטיאָר סטאַלינעןIn This Novel, A Yiddish Actor Kills Stalin

פּאָל גאָלדבערגס בוך „דער ייִד‟ איז אַ בלוטיקע פּורימשפּיל־פֿאַנטאַזיע אויפֿגעפֿירט אין מאָסקװע אין 1953.

עס איז סוף־פֿעברואַר 1953 אין מאָסקװע, און פֿיר ייִדישע מאַנצבילן, אײן מײדל, אײן אַפֿראָ־אַמעריקאַנער און אַ רוסישע קריסטין אַרבעטן אויס אַ פּלאַן צו הרגענען סטאַלינען. זײ װילן אָפּשטעלן דעם קומעדיקן פּאָגראָם און די דעפּאָרטאַציע פֿון סאָװעטישע ייִדן, װאָס װערט לכאורה פֿאַרפּלאַנירט אין די הױכע פֿענצטער. די גאַנצע מעשׂה איז אַװדאי אױסגעטראַכט, אָבער זי װערט רעאַליסטיש דערצײלט אין פּאָל גאָלדבערגס ראָמאַן „דער ייִד‟. אין דעם נאָכװאָרט דערקלערט דער מחבר, אַז ער האָט אויסגעטראַכט זײַנע פּערסאָנאַזשן, אינספּירירט טײלװײַז פֿון זײַנע קרובֿים און באַקאַנטע, טײלװײַז פֿון דער ליטעראַטור און זכרונות.

דער הױפּטהעלד פֿונעם ראָמאַן, סאָלאָמאָן לעװינסאָן, איז גענומען פֿונעם רוסישן ראָמאַן „די מפּלה‟ — אַ מוסטערװערק פֿונעם סאָציאַליסטישן רעאַליזם, געשאַפֿן פֿונעם באַרימטן סאָװעטישן שרײַבער אַלעקסאַנדר פֿאַדעעװ. דאָס איז טאַקע דער קאָמיסאַר לעװינסאָן בראָש פֿון אַ קלײנעם אָרטיאַד פֿון רױטע פּאַרטיזאַנער. יענער לעװינסאָן איז אַ געטרײַער קאָמוניסט און האָט ניט קײן סימנים פֿון ייִדישקײט. גאָלדבערג האָט ממשיך געװען לעװינסאָנס ביאָגראַפֿיע נאָך דעם סוף פֿונעם בירגערקריג, און האָט אים געמאַכט פֿאַר אַן אַקטיאָר פֿונעם מאָסקװער ייִדישן מלוכישן טעאַטער „גאָסעט‟.

לעװינסאָן האָט נאָך אַלץ אַ הײסן קריגערישן טעמפּעראַמענט, אָבער ער האָט ניט געהאַט קײן מזל מיט שלמה מיכאָעלס, דעם ראָש פֿונעם טעאַטער. דערפֿאַר, דערקלערט גאָלדבערג, האָט מען װעגן אים ניט געהערט. לעװינסאָן איז פֿאַרבליבן אינעם שאָטן פֿון די גדולים, מיכאָעלס און בנימין זוסקין. אָבער אין 1953 זײַנען מיכאָעלס און זוסקין שױן געװען אינעם עולם־האמת, קרבנות פֿון סטאַלינס טעראָר. איצט איז געקומען לעװינסאָנס רײ. צװײ אַ זײגער אין דער פֿרי, דעם 24טן פֿעברואַר 1953, רײַסן זיך אַרײַן אין זײַן צימער דרײַ געהײם־פּאָליציאַנטן, כּדי אים צו אַרעסטירן. אָבער דער אַלטער זעלנער קױלעט זײ אַלע דרײַ מיט אַ מעסער און אַנטלױפֿט אין זײער אױטאָ מיט דער הילף פֿון זײַנעם אַ חבֿר, אַן אַפֿראָ־אַמעריקאַנער קאָמוניסט, פֿרעדריק לויִס. לויִס האָט אין די 1930ער יאָרן אימיגרירט קײן סאָװעטן־פֿאַרבאַנד פֿון אַמעריקע צו בױען קאָמוניזם. על־פּי צופֿאַל איז ער פּונקט יענען אָוונט געקומען צו באַזוכן לעװינסאָן.

שפּעטער קומען צו זײ אַנדערע ביז גאָר פֿאַרשידענע פּאַרשױנען, אַלע פֿאַרביסענע שׂונאים פֿון סטאַלין. צו יענער צײַט גײען אין מאָסקװע אַרום קלאַנגען, אַז סטאַלין גרײט צו אַ בלוטיקן פּאָגראָם, װאָס װעט זיך ענדיקן מיט אַ מאַסן־דעפּאָרטאַציע פֿון אַלע ייִדן קײן סיביר. װען לעװינסאָן און זײַן קאָמפּאַניע באַקומט זיכערע ראיות װעגן דעם דאָזיקן פּלאַן, באַשליסן זײ, אַז דער אײנציקער װעג צו ראַטעװען ייִדן און זיך אַלײן איז צו הרגענען סטאַלינען.

אַװדאי איז דער דאָזיקער ראָמאַן אַ גראָטעסקע פֿאַנטאַזיע ענלעך צו קװענטין טאַראַנטינאָס פֿילם „נעבעכדיקע ממזרים‟, אָבער די קלאַנגען װעגן פּאָגראָמען און דעפּאָרטאַציעס זײַנען טאַקע דעמאָלט געװען זײער רעאַליסטיש. מען האָט דערצײלט װעגן גאַנצע באַנען מיט פֿראַכטװאַגאָנען, װאָס זײַנען כּלומרשט געשטאַנען אױף זײַטיקע אײַזנבאַן־װעגן אַרום מאָסקװע. קײן חידוש איז דאָס ניט געװען, װײַל מיט אַ פּאָר יאָר פֿריִער האָט סטאַלין שױן דורכגעפֿירט אַן ענלעכע דעפּאָרטאַציע פֿון אַנדערע פֿעלקער — די טאָטערן פֿון קרים און טשעטשניער פֿון קאַװקאַז. פֿאַר דער מלחמה האָט מען דעפּאָרטירט פּאָליאַקן, לעטן, דײַטשן און קאָרעאַנער. די דאָזיקע דעפּאָרטאַציעס זײַנען געװען גוט דאָקומענטירט, אָבער װאָס שײך דער פֿאַרפּלאַנירטער ייִדישער דעפּאָרטאַציע האָבן די היסטאָריקער ניט געפֿונען קײן דאָקומענטאַלע ראיות.

„דער ייִד‟ האָט אַ געשפּאַנטן סיפּור־המעשׂה, װאָס מישט צונױף װירקלעכקײט און פֿאַנטאַזיע. גאָדלבערג שילדערט אויף אַ רעאַליסטישן אופֿן די שטאָט מאָסקװע און דאָס שטעטל מאַלאַכאָװקע לעבן מאָסקװע, װוּ ער האָט פֿאַרבראַכט זײַנע קינדער־יאָרן אײדער די משפּחה האָט אימיגרירט קײן אַמעריקע אין 1973. ער איז גוט באַהאַװנט אין דער געשיכטע פֿונעם מאָסקװער ייִדישן טעאַטער און ציטירט אױף ייִדיש שטיקלעך פֿון צװײ אױפֿפֿירונגען, שעקספּירס „קעניג ליר‟ און אַבֿרהם גאָלדפֿאַדנס „בר־כּוכבא‟ אין דער אַדאַפּטאַציע פֿונעם סאָװעטישן ייִדישן דיכטער שמואל האַלקין. בײדע ספּעקטאַקלען שאַפֿן אַ מין איבערקלאַנג מיט דעם ראָמאַן, װאָס איז געבױט װי אַ דרײַ־אַקטיקער פּיעסע.

מיכאָעלס האָט כּלומרשט ניט געהאַלטן פֿון לעװינסאָנס אַקטיאָרישן טאַלאַנט און האָט אים ניט געלאָזט שפּילן װיכטיקע ראָלעס. אין דעם ראָמאַן אָבער װערט לעװינסאָן דער הױפּטהעלד, אַ מין מאָדערנער בר־כּוכבא, װאָס איז זיך נוקם אױף דעם בלוטיקן טיראַן פֿאַר אַלע אומגעבראַכטע קרבנות. אָבער דער געדאַנק פֿונעם ראָמאַן איז מער קאָמפּליצירט. סײַ לעװינסאָן און סײַ זײַן חבֿר אלכּסנדר קאָגאַן, אַן אַמאָליקער רױט־אַרמײער װאָס איז שפּעטער געװאָרן אַ כירורג, האָבן אַלײן אַקטיװ מיטגעהאָלפֿן אױפֿצובױען דעם קאָמוניסטישן רעזשים.

גאָלדבערג געפֿינט אַ געראָטענעם סימבאָלישן אימאַזש, כּדי אױסצודריקן די אינערלעכע סתּירותדיקײט פֿונעם סאָװעטישן ייִדנטום. מאַרק שאַגאַלס מאָלערײַ אינעם מאָסקװער ייִדישן טעאַטער שטעלט פֿאָר אַ ייִד אין תּפֿילין, װאָס שטײט מיט דעם קאָפּ אַראָפּ און מיט די פֿיס אַרױף. „דײַן סימבאָליזם איז קאַפּױער, קאָמאַנדיר!‟ זאָגט מען לעװינסאָנען, װען ער װיל זיך פֿאָרשטעלן פֿאַר אַ מין מרדכי הצדיק װאָס ראַטעװעט דאָס ייִדישע פֿאָלק פֿונעם נײַעם המן. אינעם לעצטן סך־הכּל טראָגן ייִדן אױך אַ שולד פֿאַר דעם, װאָס עס קומט פֿאַר זײ. דער נימשל פֿונעם משל איז: „מיר האָבן דעמאָלט באַראַבעװעט גאָט, און איצט װילן זײ אונדז באַראַבעװען.‟

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.